מזומנים בידו: בחורי גור ווייזן ארויס שטוינענדע שליטה אויף מסכתות הש"ס ביי פארהער בנוכחות האד' מגור
- בחצרות הקודש

- 5 ביוני 2024
- זמן קריאה 1 דקות
מיטוואך פ' במדבר • כ"ח אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש

ווידער אמאל האט זיך נעכטן איבערגעשפילט א מעמד קידוש שם שמים אינעם גרויסן גערער ביהמ"ד בעיה"ק ירושלים, וואו חסידים - יונג און אלט לאזן זיך פארהערן אויף מסכתות הש"ס בעל פה אין ראם פון 'מזומנים', דאסמאל האבן זיך פארהערט די הונדערטער יונגע בחורים'לעך תלמידי המתיבתות אין די יארגאנג פון בר מצווה פון אלע שטעט איבער גאנץ ארץ ישראל.
שוין פון די נאכמיטאג שעה'ן האט זיך געשפירט א ריתחא דאורייתא אינעם גאנצן היכל ווען די אנוועזנדע טויזנטער צאן קדשים בחורי המתיבתות האבן זיך פארזאמלט אויף א סדר לימוד מזומנים, און עוסק געווען בתורה אינאיינעם אלס הכנה דרבה צו דעם גרויסן מעמד. נאכן סדר לימוד איז די רבי שליט"א ספעציעל אריינגעקומען אויף תפילת מעריב ברוב עם לכבוד המאורע.
נאך א קורצע הפסקה איז די רבי ערשינען אויפן בימת הכבוד און מיטגעהאלטן דעם גאנצן מעמד מהחל ועד כלה, שעפנדיג נחת דקדושה פון די ידיעות ועמילות בתורה צווישן די בחורי חמד. דער הויעכפונקט פונעם מעמד איז געווען דער פארהער, ווען צוויי גאוני תורה האבן פארהערט די בחורים חתני התורה. די בחונים זענען געוועהן הגאון רבי יוסף צאהלער שליט"א ראש ישיבת סאדיגורא, און הגאון רבי אברהם ישעי' שפירא שליט"א פון בני ברק, די רבנים האבן דערנאך אויפגעטרעטן און אייניג ארויסגעברענגט זייער התפעלות פון די בחורים פון זייערע שטוינענדע שליטה אויף די מסכתות הש"ס.
צום שלוס פונעם מעמד האט כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א איבערגעגעבן קורצע ברכת הקודש לכבוד המאורע. דער רבי שליט"א האט אנגעוואונטשן די חשובע בחורים מיט גרויס הצלחה בתורה, און שטייגן ווייטער, זיין בשמחה און האבן כל טוב אין אלע ענינים.

































תגובות