top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הצדיק אבד: חסיד'ישע וועלט צוטרייסלט נאך פלוצימ'ער הסתלקות פון כ"ק אדמו"ר מהרי"ד מלעלוב זצוק"ל

  • 1 בפבר׳
  • זמן קריאה 2 דקות

זונטאג יתרו י"ד שבט | בחצרות הקודש


נצחו אראלים את המצוקים ונשבה ארון הקודש. אן אומבאשרייבליכע טרויער האט זיך אראפגעלאזט אויף די חסידישע וועלט וכל בית ישראל, מיטן הסתלקות לשמי מרום פון כ"ק אדמו"ר מהרי"ד מלעלוב זכר צדיק וקדוש לברכה, וועלכער איז יעצט זטנטאג נאכמיטאג ארויף בסערה השמימה, אין עלטער פון פיר און אכציג יאר, נאך וואס דער רבי האט געליטן פון א ערנסטע סטראוק זייענדיג אין מקוה.


דער רבי זצ"ל איז געווען די זעקסטע זון פון הרה"ק המפורסם רבי משה מרדכי מלעלוב זי"ע, און די לעצטע צוואנציג יאר האט די לעכטיגע השפעה פונעם רבי'ן זיך פארשפרייט איבער די גאנצע וועלט, זיין דמות דיוקנו אלס געהויבענער עובד ה' מנעוריו  שטייט פאר די אויגן פון פילצאליגע חסידים וואס האבן זיך מתחמם געווען לאורו.


בית מדרשו אין ירושלים עיה"ק איז געווען צוציאונגס-ארט פאר פילע אידן חסידים ואנשי מעשה וואס האבן זיך געקלאמערט ארום דעם רבי'ן און מיטגעהאלטן די פלאמפייערדיגע תפלות און התלהבות'דיגע טישן וואס האט אריינגעברענגט אן אש קודש צווישן פילצאליגע חסידים ואנשי מעשה, באזונדער פלעגט דער רבי ארומפארן בארבע כנפות הארץ צו משפיע זיין אויף אידישע קינדער, מיט זיין התלהבות און התחדשות לעבודת הבורא.


דער רבי זצ''ל איז היינט נאכמיטאג פלוצים אוועקגעפאלן בשעתן זיך טובלען אין די מקוה פון זיין ברודער כ"ק אדמו"ר רבי אברהם שלמה מלעלוב זצ"ל אויף רחוב צפניה אין ירושלים, וואו די הצלה האבן א לענגערע וויילע געארבעט צוריק צו ברענגען דעם רבי'ן אין די צייט וואס אידן האבן מרעיש עולמות געווען לרפואתו השלימה, ליידער איז אבער די גזרירה געווען פארשריבן ויצאה נשמתו בטהרה, איבערלאזנדיג זיין עדה קדושה און גאנץ כלל ישראל צושטרייסלט און צובראכן.


די מסע הלויה פון כ"ק אדמו"ר מלעלוב זצ"ל וועט ארויסגיין היינט זונטאג ליל חמשה עשר בשבט צען אזייגער פון בית מדרשו קדושת מרדכי אויף רח' בר אילן אין ירושלים צום הר הזיתים וואו דער רבי זצ"ל וועט קומען לקבורה, וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'.



תגובה אחת


bottom of page