זונטאג פ' מטות מסעי • כ"ב תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש

תלמידי וחסידי וויען בארץ הקודש האבן מיטגעלעבט גאר געהויבענע טעג בצילו פונעם רועה נאמן כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א וועלכע איז אנגעקומען אויף א קורצע באזוך בקרב עדת צאן מרעיתו בעיר הקודש ירושלים.
דאנערשטאג נאכמיטאג האט דער רבי פארלאזט דעם מקום הנופש אין שווייץ אויפן וועג קיין ארץ ישראל, תיכף נאכן לאנדען על אדמת ארץ הקודש איז דער רב שליט"א אריינגעפארן קיין בני ברק ווי ער האט געדאווענט מנחה אין די בארימטער 'איצקאוויטש שטיבלעך' כאחד האדם, דערנאך איז די רבי ארויף אויף א באזוך ביי הרבנית הצדקנית מוויז'ניץ מחברתו הטהורה פון הרה"ק בעל ישועות משה מוויזניץ זי"ע און א טאכטער פונעם רבינס פעטער הגה"צ גאב"ד קטמון זצ"ל.
אין לויף פון די קורצע באזוך האט די רב געהאט די אכסניא אין ירושלים אויף רח' חגי, שחרית האט די רבי געדאוונט אין פאפא ביהמ"ד פאפא בשכינות פונעם אכסניא, און מנחה מעריב האט די רבי געדאווענט אינעם דערנעבנדיגער סאטמארער בית המדרש אויף רח' יואל. פרייטאג פארמיטאג איז די רבי ארויף צום הר הצופים אויף א תפילה מול מקום המקדש, אזוי אויך האט די רבי פוקד געווען קבר שמעון הצדיק, און מתפלל געוועהן ביים הר המנוחות על קברה פון אמו הרבנית מסאמבאטעהלי ע"ה.
די קלימאקס פונעם באזוך איז געווען די שבת וואס דער רב שליט"א האט געפראוועט בנהירו עילאה אין די סאטמארער זאל אויף רח' יואל אינאיינעם מיט די בחורי החסידות וואס לערנען אין די ישיבות אין ארץ ישראל, ווי פילע חסידים, מעריצים און עמך אידן מבקשי ה' תושבי ירושלים האבן מיטגעהאלטן די תפילות און טישן, ספעציעל בעת רעווא דרעוין ווען די רב שליט"א האט משמיע געווען לענגערע דברות קודש ודברי הדרכה לימי הקיץ, ביי שלש סעודות האט זיך אויך אנגעזעהן הרה"צ רבי ברוך האגער בנו הגדול פון האדמו"ר מסערט וויז'ניץ און איידעם ביים מחותן כ"ק אדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א וועם די רב שליט"א האט מכבד געווען מיט ברכת המזון על הכוס. נאך מעריב האט די רב מבדיל געווען על הכוס און מען איז דורך וואונטשן א גוטע וואך.
היינט זונטאג איז דער רב שליט"א אנגעקומען קיין בית חלקיה אויף א באזוך ביי שאר בשרו הגה"צ רבי שלמה פאללאק גאב"ד בית חלקיה, שפעטער נאכמיטאג האט די רב באזוכט אין ירושלים ביי שאר בשרו הגאון הגדול רבי חיים אורי פריינד חבר בית דין צדק העדה החרדית, אויפדערנאכט נאך מעריב האט זיך די רב ארויסגעלאזט צום לוד לופטפעלד אויפן וועג צוריק קיין ניו יארק, ווי די רב שליט"א וועט וויילן די קומעדיגע זומער וואכן מיט די תלמידי המתיבתא אין מחנה נחלת יעקב וויען אין לאק שעלדריק.
















Commentaires