top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אלפי חסידי באבוב מיטגעלעבט געהויבענער יו"ט פסח בצל הקודש | ברייטע דעקונג

מיטוואך אחרי - אסרו חג פסח • כ"ד ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אחים לאנטשעווסקי


כמידי שנה בשנה האבן אלפי חסידי באבוב מיטגעלעבט א הערליכע יום טוב בצל הקודש פון כ"ק האדמו"ר מבאבוב שליט"א וואס איז געוועהן א געהויבענער איבערלעבעניש מבואו ועד צאתו. ליל בדיקת חמץ איז די רב שליט"א אריינגעקומען אין גרויסן ביהמ"ד אנגעטוהן מיטן פעלץ כנהוג און האט געדאווענט מנחה קצרה. דערנאך איז די גאנצע ציבור ארויס אינעם פארקינג לאט שע"י ביהמ"ד הגדול ווי עס איז געווען צוגעגרייט סינקס פארן גאנצן ציבור צו שעפן מים שלנו. די רב שליט"א האט געשעפט מים שלנו און מכבד געווען די אנוועזנדע רבנים צו שעפן. דערנאך איז מען אריין אין ביהמ"ד צו די ריקודין ווי די רב שליט"א איז געטאנצן מיטן שטעקן פונעם הייליגן אפטא רב זי"ע בעל 'אוהב ישראל' וואס ווערט געברענגט יערליך דורך הרב חיים אייכנשטיין מזידיטשוב. נאך מעריב האט די רב שליט"א ממנה געווען די הונדערטער בחורים אלס שלוחים און איבערגעגאנגען די גאנצע רשימה ווי יעדער זאל בודק חמץ זיין.


ערב פסח אינדערפרי האט די רב מעריך געווען דעם טיש כנהוג און דערנאך ארויסגעקומען צו שריפת חמץ, און די נאכמיטאג שעות איז די רב אנגעקומען צום בית האופה אין די מתיבתא און געבאקען די מצות לכבוד יו"ט, נאכן אפיית מצות האט די רב פארטיילט מצות פאר אלע וואס האבן געבאקן אין די חבורה.


די ערשטע טעג יו"ט האט די רב שליט"א געדאווענט פארן עמוד די ערשטע נאכט יו"ט און ביידע טעג הלל און מוסף, די צווייטע נאכט האט די רב צוגעשיקט צו הלל בנו הגדול הרה"צ ר' חיים שלום שליט"א. די סדרים האט די רב שליט"א אפגעראכטן ביידע נעכט בהתעוררת רב אינעם היכל השולחנות וואס איז גענצליך רענאווירט געווארן לכבוד פסח און איז געווען מלכות'דיג צוגעגרייט מיט הונדערטער פלעצער פאר די בחורי הישיבות און פילע בחורים געסט פון ארץ ישראל וועלכע האבן מיטגעהאלטן ביידע סדרים בצל הקודש.


די צווייטע טאג יו"ט איז די עלייה פונעם רב שליט"א פארקויפט געווארן פארן פאנטאסיטישן סוממע פון 36,000 דאללער און נאכן דאווענען האט די רב אפגעראכטן דעם סעודת אסתר וואו די פורים רב הרב שלום קעסלער האט אויפגעטראטן מיט גראמען.


ביים טיש מוצאי יו"ט האט די רב געבעטן פון די בחורי הישיבות אז ביים סדר לימוד בישיבת בין הזמנים בימי חול המועד זאל מען לערנען מיט בחורים פון אן אנדערען ישיבה, זאגענדיג אז צווישן די ישיבת עץ חיים, קדושת ציון, מתיבתא, כרם שלמה און עטרת שלמה זאל יעדער לערנען מיט א בחור פון א צווייטע ישיבה וכך הוה ווען אין די טעג פון חול המועד האט אפגעהילכט די קול תורה פון די הונדערעטער חברותות.


די ערשטע טאג חול המועד איז פארגעקומען די מעמד הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן צום ביהמ"ד הגדול דורך הרה"ח ר' שלמה בן ציון עליאס הי"ו, די תהלוכה איז ארויס פון שטוב פונען נדבן צום ביהמ"ד אין באגלייטונג פון הונדרעטער חסידים, ובראשם כק אדמו"ר מבאבוב שליט"א וואס איז ארויס מקבל פנים זיין די נייע ספר תורה.


אין ביהמ"ד האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין פייערליכע טענץ לכבודה של תורה, און דערנאך מכבד געווען די שוואגער'ס הגה"צ דומ"צ באבוב שליט"א און הגה"צ אבד"ק קרית באבוב שליט"א, צו טאנצן מיטן תורה. נאך די ריקודין האט די רב אריינגעפירט די ספר תורה אינעם ארון קודש און פארגעזאגט לדוד מזמור, דערנאך האט די רב משמיע געווען אמרי קודש און משבח געווען די נדבן הספר און זיינע עלטערן, זיין פאטער די שר העסקנים לבית באבוב הרה"ח ר' משה עליאס ע"ה און זיין שווער הרב מרדכי פעלבערמאן. די סעודה לגמרה של תורה איז פארגעקומען ביים טיש ליל ב' דחול המועד.


ביי קריאת התורה ביום אחרון של פסח האט עולה געווען שלישי הרה"צ ר' חיים שלום שליט"א לרגל זיין יום הולדת, די עלייה איז געקויפט געווארן דורך איינע פון די נגידים פארן סכום פון 6,000 דאללער. דער יו"ט האט זיך געשלאסן מיט די געהויבענע נעילת החג טיש במקהלות אלפי חסידים ואנשי מעשה, נאכן טיש האט מען אהיימבאגלייט די רב שליט"א לביתו נאוה קודש, וואו די רב האט אנגעוואונטשן דעם פילקעפיגער ציבור בברכות לרוב, בתוך דבריו האט דער רב שליט"א מעורר געווען אויף צניעות ביי די נשים נישט נאכצוגיין די מאדעס, די רב האט אויך מעורר רחמים געוועהן אויף אחינו בני ישראל דרי ארץ הקודש און אזוי אויך גאנץ כלל ישראל בכל מקומות מושבותיהם.


צווישן די פולע רבנים חשובים וועלכער האבן זיך משתתף געוועהן ביי די עריכת השולחנות דורכאויס יו"ט האבן זיך אנגעזעהן: הגה"צ רבי אלתר לייזער אבד"ק פשעווארסק וויליאמסבורג בן האד' מפשעווארסק, הרה"צ ר' חיים מאיר האגער בנו יחידו פון האד' מוויז'ניץ, הרבנים מציעשנוב, רודניק , פשעווארסק וויליאמסבורג, חליסא, גלאגוב, קשאנוב, קארוב, מישקאלץ, גאב"ד לינז, הרה"ג ר' אפרים ראזען דומ"צ טארטיקוב, אב"ד בית ישראל סידערהוירסט און נאך פיל.









































































bottom of page