top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גרויס פרייד ביי תושבי סטעטן איילענד צום גמר הקנין אויף א נייע בנין פאר ביהמ"ד החדש דקהל 'מאור ישראל' סקולען

דינסטאג פ' אמור • ו' אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש


חסידים ואנשי מעשה תושבי סטעטן איילענד זענען איינגעהילט אין א פרייליכע שטימונג, ווען אין די טעג בעפאר יום טוב פסח העעל"ט איז געשלאסן געווארן די מקח פאר א נייע בנין אויף די ברעדלי גאס, וואס וועט פארוואנדלט ווערן אלס אכסניא של תורה ותפילה פארן נייעם ביהמ"ד דקהל 'מאור ישראל' בנשיאות הרה"ג ר' אורי קלוגהאפט שליט"א נכדו חביבו פון כ"ק האדמו"ר בעל 'מאור ישראל' מסקולען זצוק"ל.


די נייע רב הרה"ג רבי אורי שליט"א איז א זוהן פון הגה"צ רבי דוד לייב קלוגהאפט שליט"א מסטרעליסק חתנא דבי נשיאה פון הרה"ק בעל 'מאור ישראל' מסקולען זצוק"ל, אין א איידעם ביי הגה"צ רבי משה פריעדמאן דומ"ץ סאטמאר בארא פארק, נישט לאנג צוריק האט ער געגרינדעט זיין אייגענעם ביהמ"ד אין סטעטן איילענד על שמו ולזכרו פון זיין אומפארגעסליכן זיידן די סקולענער רבי זצ"ל.


דאס ביהמ"ד איז שנעל אויסגעשטיגן אלס א ווירבלענדע מקום תורה ותפילה פאר חסידישע אינגעלייט מבקשי השם, און אצינד האט מען אין א מזל'דיגע שעה געשלאסן קאנטראקט אויף דעם בנין, וואס וועט בקרוב בימים פארוואנדלט ווערן אין א בית מקדש מעט און תל תליות פארן גאנצן אומגעגענט. באלד נאכן שליסן מקח איז פארגעקומען א שיינעם מסיבת לחיים בקודש פנימה ביי כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א אין בארא פארק לרגל די גמר הקנין. ביים מעמד מסיבת לחיים האט דער סקולענער שליט"א משמיע געווען דברות קודש און וויכטיגע יסודות פאר א נייע ביהמ"ד, און מעורר געווען איבער אהבת חברים אין מורא מקדש, מען האט געזינגען ניגוני שמחה און די רבי שליט"א האט מאציל געווען מברכות קדשו פאר אלע עסקנים אין גבאי הביהמ"ד, און זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד לכבוד המאורע.

Comentários


bottom of page