דינסטאג פ' וישלח • ט' כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעידט: יהושע פרוכטר
מיט לעכטיגע געפילן פון נועם קדושת השבת האבן הונדערטער חסידי וויזניץ און תושבי עיר לעיקוואד זוכה געווען מיטצולעבן א פייערדיגער "וויזניצער שבת" בצל הקודש פונעם אורח הדגול כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, וועלכער האט אפגעראכטן דעם שבת אין די זאלן פון "בית פיגא", מיט'ן השתתפות פון א ריזן ציבור וואס האבן געשטראמט במשך דעם שבת מיטצוהאלטן די געהויבענע תפילות און טישן וואס איז געווען איין חטיבה פון התרוממות הנפש בנהירו עילאה.
די אכסניא של תורה איז געווען בבית הרה"ג ר' דוד ראזענבוים, איידעם פון הנגיד החסיד ר' בערל ווייס פון לאס אנדזשעלעס.
ערש"ק בעת כניסת השבת איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד און זיך באגריסט מיט עטליכע רבנים און חשובי העיר, און צוגעשיקט הגה"צ רבי אברהם חיים האלבערשטאם אב"ד רודניק לאס אנדזשעלעס-לעיקוואד. ביי קבלת שבת האט מען זוכה געווען צו הערן קולו בקודש פונעם רבי'ן וואס האט יורד געווען לפני התיבה און צו לכה דודי צוגעשיקט הרה"ח ר' חיים שטערן וועלכער האט געזינגען דעם יו"ט'דיגן לכה דודי, ווען במשך די גאנצע צייט דרייט זיך דער רבי ארום אין גאנצן ביהמ"ד און פלאמט אויף די הערצער בקדושת השבת.
נאכ'ן דאווענען איז דער עולם אריבער וואונטשן גוט-שבת, צווישן זיי הונדערטער תושבי העיר וועלכע האבן זיך געשלענגלט אין די רייע צו וואונטשן גוט שבת און שלום נעמען פונעם רבי'ן.
ארום 9 אזייגער איז דער רבי ערשינען צום שלחן הטהור, ווען דער זאל איז מלא על גדותיו און האט שווער געקענט אקאמאדירן דעם מאסן שטראם פון תושבי העיר.
אין לויף פונעם טיש האט דער רבי אנגעהויבן מערערע ניגונים, און שפעטער משמיע געווען דברי אלקים חיים מיט ווארעמע דברי מוסר והתחזקות משולב מיט שיינע טייטשן בפרשת השבוע.
מיט "הילוכך" האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג דומ"ץ סקווירא לעיקוואד, מיט'ן בענטשן כ"ק אדמו"ר קאסוב לעיקוואד. דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן און דערנאך אריינגעקומען צום "פירות טיש" וואס האט זיך פארצויגן ביז שפעט נאך חצות הלילה.
שבת צופרי האט פארגעדאווענט פסוקי דזמרא בנו יחידו הגה"צ רבי חיים מאיר שליט"א, און שחרית הרה"ג ר' אשר גרינפעלד אב"ד וויזניץ מאנטרעאל. מוסף האט פארגעדאווענט דעם רבי'נס איידעם הרה"ג ר' משה מרדכי כ"ץ. נאכ'ן דאווענען האט דער רבי געפראוועט א קידושא רבא לכבוד די בעלי שמחה.
שפעטער נאכמיטאג איז דער רבי ערשינען צו מנחה און סעודת רעוא דרעוין, דער רבי האט פארגעזינגען בני היכלא און מזמור לדוד, און שפעטער נאכ'ן מארש געבעטן מ'זאל זינגען "ועל הניסים" ווען עס קומט שוין באלד חנוכה. ביי די תורה האט דער רבי ארומגעקאכט איבער'ן ענין פון אמונה ובטחון וואס מ'לערנט ארויס פונעם נס חנוכה.
נאך מעריב און הבדלה איז דער ציבור תושבי העיר אריבער וואונטשן א גוטע וואך, און באזונדער זענען אריבער די חסידים תושבי מאנטרעאל זיך געזעגענען.
Comments