top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

השלמה צו הקפות שניות ביי הכנסת ספר תורה מארגן אין פיטסבורג

מיטוואך פ' במדבר • כ"ח אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש


אן אייגנארטיגע מעמד 'הכנסת ספר תורה' איז געפלאנט אויף מארגן דאנערשטאג ליל ראש חודש סיון בחצר הקודש פיטסבורג ווי מען וועט משלים זיין די ריקודין פון הקפות שניות מוצאי יום טוב שמחת תורה.


די ספר תורה ווערט אריינגעגעבן צום היכל ישיבת 'בני אברהם' פיטסבורג אין אשדוד דורך צוויי חשובע משפחות אין די קהילה, צו דעם געלעגנהייט ביום אשר באו מדבר סיני וועט כ"ק אדמו"ר מפיטסבורג שליט"א - וועלכע קערט זיך מארגן צוריק אהיים נאך א לענגערע באזוך אין אמעריקא, אפרעכטן ריקודי תשלומין צום מעמד 'הקפות שניות' וואו מען וועט טאנצן מיט די תורה בעוז ותעצומות, כהכנה צום יום טוב שבועות זמן מתן תורתינו.


דאס קומט נאכדעם וואס די רבי שליט"א האט דעם פארלאפענעם מוצאי שמחת תורה אפגערופן דעם מעמד 'הקפות שניות' צוליב די שרעקליכע מלחמה וואס האט אויסגעבראכן אום יו''ט. אצינד, ווען עס וועט געפייערט ווערן א מעמד הכנסת ספר תורה אין הויף, האט דער רבי געהייסן משלים צו זיין די ריקודין וואס מען איז נישט געטאנצן אויף שמחת תורה, און זיך פרייען בשמחת התורה אויף א דערהויבענעם פארנעם.



Comments


bottom of page