top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מחנה אהל ברוך קראסנא שליסט מקח אויף שטח אדיר צו פארגרעסערן עקזיסטירנדע קעמפ באדן

דינסטאג פ' שלח • י"ט סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

 

ביי א באשיידענע מסיבת לחיים נעכטן נאכמיטאג, במעונו פון הגה"צ גאב"ד קראסנא שליט"א, איז פארגעקומען די מעמד גמר המקח אפצוקויפן צוויי ריזיגער שטחים הארט נעבן די יעצטיגער יונגל קעמפ 'מחנה אבל ברוך קראסנא' וואס איז סטאנציאנירט אין מאנטיסעלא, וואס וועט דערמיט פארגרעסערן דער קעמפ באדן צו דריי מאל אזוי גרויס ווי ביז איצט, צו קענען צובויען און אויפבויען וויפיל עס וועט זיך אויספעלן פאר די בליה און וואוקס פון די תלמידי המוסדות.


איידער די מקח איז געשלאסן געווארן איז כ"ק גאב"ד קראסנא שליט"א פערזענליך אראפגעפארן קיין מאנטיסעלא און זיך אומגעקוקט אויף די צוויי שטחים, זיכער צו מאכן אז עס איז טאקע גוט און אויסגעהאלטן פאר די ילדי החמד. דער רב האט מאציל געווען מברכותיו פאר די חשובע עסקנים, און געגעבן די פולסטע הסכמה צו פאראויסגיין מיטן מקח.


ורוח הקודש אומרת כן ירבה וכן יפרוץ



Comentarios


bottom of page