top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חסידי ברסלב אין ניו יארק גרייטן זיך מקבל צו זיין בכבוד הראוי הגה"צ רבי משה קרעמער שליט"א נשיא מוסדות ברסלב בארה"ק

מיטוואך פ' וישב • י"ז כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

א רגש קודש טוט ארומנעמען שלומי אמוני ישראל איבער גרעיטער ניו יארק און ניו דזשערזי, מיטן ערהאלטן דעם בשורה טובה ומרנינה, אז האי גאון וצדיק חסידא ופרישא, רבי משה קרעמער שליט"א, מנהיג ונשיא מוסדות ברסלב אין ארץ ישראל גרייט זיך אונטערצונעמען אן "נסיעה הרוממה" און זיך מטריח זיין בטירחא דגופא לבוא מהתם להכא צו מאציל זיין מהוד קדשתו ומתורתו אויף חסידי ברסלב בארצות הברית.


די לעצטערע דעטאלן פון די דערהויבענע ימי הנסיעה ווערן נאך אצינד אויסגעארבעט דורך די עסקנים, לויט די יעצטיגע פלאן וועט הגאון הצדיק רבי משה שליט"א אנקומען קיין ניו יארק אין לויף פון די וואך פון פ' ויחי, און צום הויכפונקט פון ימי הנסיעה וועט בעז"ה פארקומען דער גראנדיעזער "כינוס להבעיר" מוצאי שבת פ' ויחי,  וואס וועט דינען אלס א "זמן קהלה" לכל וואו טויזנטער ברסלבער חסידים אין אמעריקא  וועלן זיך צונויפקומען תחת קורת גג אחד כאיש אחד בלב אחד צו גאר א רייכער און היסטארישער מעמד, קאמבאנירט מיט "צענטראלער יארצייט סעודה" פון הרה"ק רבי נתן מברסלב זי"ע, וועמענ'ס יארצייט געפאלט אויס פרייטאג פ' ויחי עשרה בטבת.


דער היסטארישער מעמד אנטשפרעכט צו זיין גאר רייך און דערהויבן, עס וועט געהערט ווערן דרשות במשנתו של בעל ההילולא הרה"ק רבי נתן זי"ע און פון רבו הרה"ק רבי נחמן מברסלב זי"ע, אזוי אויך וועט דער מעמד דינען אלס א מעמד חיזוק והתחזקות פאר אלע ברסלבער חסידים, און ווי די עסקנים געבן איבער איז ערווארטעט א ריזן ציבור פון גרעיטאר ניו יארק, ניו דזשערסי און קאנאדא.די נסיעה טראגט מיט זיך אן היסטארישער באדייט ווען די נסיעה וועט פודעמענטירן די אויפבוי פון פרישע 5 מיליאן דאללארדיגע בנינים פאר די הייליגע מוסדות על טהרת הקודש בנשיאותו פונעם רב שליט"א, און אז נאך א צייט אפשניט פון עטליכע יאהר טראץ זיין הויכן עלטער און דער פארנומענער סדר היום איז דער מנהיג העדה זיך מטריח בטירחא דגופא צו קומען קיין אמעריקע צו אריינבלאזן א רוח טהרה והתחזקות צווישן דעם יהדות הגולה הצרופה.



Commenti


bottom of page