top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

נאנט צו 200 מוהלים ביי וויכטיגע גאר אינהאלטסרייכע "אסיפת מוהלים להלכה ורפואה" בראשות גדולי האדמור"ים והרבנים

דאנערשטאג פ' מקץ • כ"ה כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

פארגאנגענעם מאנטאגאיז אפגעהאלטן געווארן א גאר אינהאלטסרייכע וויכטיגע און העכסט אינטערעסאנטע אסיפה פאר די חרד'ישע מוהלים פון גרעיטער ניו יארק און ניו דזשערסי, בראשות גדולי האדמור"ים ורבנים ופוסקים, מיט די באטייליגונג פון צוויי גרויסע דאקטוירים אין דעם פעלד.


די אסיפה איז פארגעקומען אין גאלאנטער ביהמ"ד אין וויליאמסבורג אראנזשירט געווארן דורך "וועד משמרת ברית קודש" בראשות פון די רבנים ואדמורי"ם חברי וועד הרבנים פונעם וועד, האדמור"ים מוויען, דינוב, גאלאנטא, ראב"ד פאלטישאן, און אבד,ק מכתב סופר, מיט די באטייליגונג פון דעם וועלט בארימטן דאקטאר אין דעם שטח דר. זשעפרי סטאק, טשיף פידיאדריק יוראלאזשיסט פון מאונט סיני האספיטאל, און דאקטאר אבי ראזנבערג באקאנטער אינפעקשאן דיזיז דאקטאר אין די דזשאן האקפינס שפיטאל - אליינס א מוהל מומחה.


ביי די אסיפה איז באריכטעט געווארן איבער די אויסערגעווענליכע און סייעתא דשמיא פונעם וועד אין משך פון איר קורצן עקזיסטענץ, וואס די עיקר מטרה איז געווען די "תקנה גדולה" וואס די רבנים שליט"א האבן צוריק באנייט און  אוועקגעשטעלט ביי די "אסיפת התייסדות" מיט א צייט צוריק, אז יעדער מוהל זאל דורכגיין א בחינה און באקומען א "כתב קבלה" דהיינו א "אישור" פונעם וועד צו זיין א מוהל בישראל, אזויווי עס איז געווען אין משך פון די דורות. גענוי ווי ס'איז איינגעפירט היינט לגבי א שוחט און סופר סת"ם. און חפץ ה' בידם הצליח, אז היינט צוטאג האבן שוין קרוב צו 60 מוהלים בלעה"ר זיך געלאזט פארהערן סיי אויפ'ן חלק ההלכה און סיי אויפ'ן חלק האומנות און באקומען א "אישור וקבלה" פונעם וועד.


ביי די אסיפה האבן אויפגעטרעטן מיט קורצע דרשות ודברי ברכה די חברי הוועד מוהלים מומחים ה"ה כ"ק אדמו"ר מדינוב שליט"א, כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א און דער בעל האכסניא פונעם אסיפה כ"ק אדמו"ר מגאלאנטא שליט"א, ווי אויך איז געהערט געווארן א גאר תוכנ'דיגע און באלערנדע דרשה ושיעור הדרכה בהלכה ורפואה בנוגע צו ברית מילה, דורך איינעם פון די זקני וחשובי המוהלים הרה"ג רבי אהרן מרדכי קאהן שליט"א פון שיכון סקווירא, וואס האט באגייסטערט דעם ציבור המוהלים, ווי אויך זענען געהערט געווארן גאר וויכטיגע הדרכות און פראקטישע עצות פונעם יושב ראש פון די אסיפה דער מוהל מומחה ומפורסם בנש"ק רבי חיים שלמה ראטענבערג שליט"א.


דערנאך האבן אויפגעטרעטן די צוויי דאקטוירים, מיט גאר באלערנדע וויכטיגע לעקציעס און ענינים בעניני רפואה, און ספעציפיש לגבי קאמפליצירטע ברית'ן, און דערנאך איז געגעבן געווארן פאר די מוהלים די געלעגנהייט צו פרעגן און איבער רעדן מיט דר. סטאק איבער פרטיות'דיגע שאלות און הדרכות בעניני רפואה.


עס איז געווען א גאר מערקווירדיגע  און ערהאבענע בילד צו זעהן די פילבארבירגע באטייליגונג פון מוהלים מומחים פון אלע חרד'ישע שיכטן און קרייזן, ווי סאטמאר, וויזניץ, סקווירא, באבוב, בעלזא, פאפא, צאנז קלויזנבורג, ראחמיסטריווקא, ליובאוויטש, לעיקוואוד און נאך, צווישן זיי מוהלים וועלכע זענען רבנים ודיינים און מרביצי תורה חשובים, וואו די באטייליגטע האבן אויסגענוצט די געלעגנהייט דורכצושמועסן צווישן זיך עניני מילה בהלכה און מציאות.






































Comments


bottom of page