top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אין לשכוח: האד' מוויזניץ פראוועט זעלטענעם שבת אויסשליסליך מיט די ילדי החסידות פון אמעריקא און קאנאדע

  • לפני שעתיים (2)
  • זמן קריאה 3 דקות

דאנערשטאג פ' אחרי קדושים • ו' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN

א זעלטענע רוחניותדיג'ע אטמאספערע האט ארומגענומען די ילדי חן חסידי וויזניץ פון אמעריקא פארלאפענעם שבת ראש חודש אייר, ווען כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א האט געפראוועט דעם ערשטמאליגע שבת 'עם סגולה' אין די דזשעקסאן געגענט, אין ניו דזשערזי, אויסשליסליך מיט די צעירי הצאן, די ילדי חמד תינוקות של בית רבן, פון אמעריקא און קאנאדע.


א מחזה הוד איז געווען במשך דעם גאנצן שבת צו זען דעם רבי'ן אין א בחינה פון וירד מן ההר אל העם, פארברענגענדיג פריוואט מיט די לעכטיגע צאן קדשים וואס זענען אויף דעם שבת זיינע פערזענליכע געסט ביי אלע תפילות און טישן, מיט א ספעציעלע ליבשאפט כרחם אב על בנים.


נאך לאנגע וואכן פון הכנה דרבה איז מען צוגעטרעטן צום שבת מיט א געוואלדיגע התרגשות, בפניא דמעלי שבתא איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צום היכל התפילות, געצינדן די נרות שבת מיט א ברכה און אנגעהויבן הודו לה' כי טוב מיט א ברען, במשך אלע תפילות האט דער רבי ממנה געווען אלס בעלי תפילה עטליכע בחורים תלמידי כיתה מכינה, און אזוי אויך איז די קאפעליע דורכאויס שבת געווען צאמגעשטעלט פון צווישן די קינדער, וואס האבן בקולם הנעים מהנה געווען מיט די שירות ותשבחות.


פאר קבלת שבת האט דער רבי משמיע געווען שיחת קודש, וואו ער האט ארויסגעהויבן זיין טיפע התרגשות צו זיין מיט די קינדער, דער רבי האט דערביי פארשפראכן אז די קינדער וועלן אים קענען אנפרעגן ביים טיש שאלות אין סיי וועלכע נושאים, און צוגעגעבן בצחות לשונו אז מען זאל אים נאר נישט פרעגן איבער "טראמפ" וכדו', וואס צו די זאכן פארשטייט ער נישט. דערנאך זענען אלע קינדער דורך שלום נעמען במאור פנים, און נאך קבלת שבת און מעריב האט דער רבי געבענטשט אלע קינדער אינאיינעם בברכת הבנים.


דער הויכפונקט פונעם שבת איז געווען דער עריכת השולחן הטהור בליל שב"ק, טייל פון די קינדער האבן זוכה געווען לעמוד לשרת בקודש, אויסגעקליבענע קינדער זענען געווען די גבאים, און ווי אויך אלע שיינע כיבודים ביי די זמירות און ברכת המזון האט דער רבי פארטיילט צווישן די קינדער.


ביים אריינקומען צום טיש האט דער רבי זיך אינטערסירט ביי די קינדער צי זיי האבן געגעסן די סעודה, און ביי לחיים האט ער געוואונטשן יעדן קינד באזונדער ביי זייערע נעמען. דער טיש האט זיך פארצויגן שעות ארוכות, ביז דריי דרייסיג פארטאגס, וואו מען האט צווישן אנדערע געזינגען הארציגע ניגונים וואס די קינדער האבן ספעציעל פארפאסט לכבוד דעם שבת, און דער רבי האט משמיע געווען הדרכות ישרות וויאזוי עס דארף אויסזען א וויזניצער יונגל. דורכאויס דעם "פירות טיש" האט דער רבי געענטפערט אויף די שאלות וואס די קינדער האבן געשטעלט ארום דעם טאג פון י"ב שבט באגלייט מיט עובדות וסיפורים, ארום די נושא פון התקשרות לצדיקים.


שבת אינדערפרי האט דער רבי יורד געווען לפני התיבה ביי הלל, און ביים מיטאג טיש האט ער ווייטער לאנג ארומגעשמועסט מיט די קינדער, און מחזק געווען זיך נישט צו דערשרעקן פון די גאס און שטיין פעסט קעגן די פגעי הטעכנאלאגיע.


במשך גאנץ שבת און בפרט ביי שלש סעודות האט דער רבי ארויסגעגעבן זיינע הרגשים נאכ'ן מיטלעבן דעם שבת מיט די קינדער און אויסגעדרוקט זיין טיפע התפעלות פון די הערליכע חינוך מיט וואס די קינדער אין אמעריקא ווערן נתחנך, וכל רואיהם יכירון כי זרע ברך ה' המה, דער רבי האט אויך אנגעפרעגט עטליכע קינדער אין וועלכע טייל פון דעם שבת זיי האבן געשפירט די גרעסטע התעוררות, און געשעפט גרויס קורת רוח פון די תשובות, מוצאי שבת נאך מעריב און הבדלה האט דער רבי פארטיילט פאר יעדן קינד א ספר "חובת הלבבות" אלס א מזכרת, און די קינדער האבן ארויסבאגלייט דעם רבי'ן בשירה וזמרה מיט געהויבענע הרגשים אז "זרע ברך ה' המה".



תגובות


bottom of page