top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

התרגשות לקראת געהויבענע חתונה פון החתן בן זקונים פון הגה"צ רבי יצחק מאיר מארגנשטערן האד' מתורת חכם

דינסטאג פ' חיי שרה • כ"ג חשון תשפ"ד| בחצרות הקודש


טויזענטער אידן גרייטן זיך מיטצוהאלטן די גרויסארטיגע שמחת החתונה בחצרות הקודש תורת חכם - אשלג, די שמחת החתונה פונעם חתן א זון ביי כ"ק אדמו"ר הרה"צ רבי איטשע מאיר מארגענשטערן שליט"א מתורת חכם, מיט די כלה א טאכטער פון כ"ק אדמו"ר מאשלג אבן עזרא שליט"א.


די היסטארישע שמחה ברענגט אויף גרויס התרגשות ביי טויזענטער אידן, חסידים מעריצים ושומעי לקחו פון הגה"צ ר' איטשע מאיר מארגענשטערן, אשר ידיו רב לו בתורת הנגלה והנסתר, וועלכע ווייקן זיך לאורו הגדול בתורה וחסידות.


איבערהויפט שטייגט די שמחה גדולה ווען דער רבי שליט"א גרייט זיך אונטערצופירן דעם יונגסטן קינד, די צווייטע זון פון זיינע צוויי איינציגע קינדער, צום לאנג ערווארטעטן מאמענט שהחיינו והגיענו לזמן הזה. די גרויסע שמחת החתונה וועט געפראוועט ווערן במעמד אלפי ישראל דעם קומענדיגן דינסטאג פרשת ויצא אור ליום ט' כסלו, אינעם ריזן עוועניו זאל אין שטאט לוד.


צוליב די אנגעצויגענע מלחמה צושטאנד בארץ הקודש, ארבעטן די עסקנים רונדע דעם זייגער לויט די מעגליכקייט מסדר צו זיין אלעס על צד היותר טוב, לויטן פלאן וועט די קבלת פנים און חופה פארקומען אין א גרויסע זאל אין כפר חב"ד, און די שמחת החתונה דערנאך אין די ריזן עוועניו זאל. מיטן האפענונג אז אלעס וועט קענען פארקומען ווי געפלאנט אן קיין עגמת נפש.


הונדערטער חסידים זענען ערווארטעט אנצוקומען מיטהאלטן די גרויסע שמחה, אזוי אויך איז ערווארטעט א גרויסע ציבור געסט פון אויסלאנד וועלכע וועלן קומען זיך מיטפרייען בשמחתו הגדולה פונעם וועלט בארימטן משפיע בתורה וחסידות.


די גרויסע שבת של שמחה שבת אויפרוף וועט געפראוועט ווערן קומענדיגן שבת פ' תולדות אין זאל פון תלמוד תורה בעלזא אויף רחוב תכלת מרדכי אין קרית בעלזא ירושלים, די צענטראלע שבע ברכות וועט פארקומען ביי די נעילת ימי השמחה די לעצטע טאג פון שבע ברכות דינסטאג פרשת וישלח, אין ביהמ"ד הגדול תורת חכם אויף רחוב אהלי יוסף אין ירושלים.


אין די יעצטיגע טעג האט הגה"צ ר' איטשע מאיר שליט"א אנגעהויבן פארלערנען א ספעציעלע קבלה שיעור אויף עניני נישואין, אין בעפארגרייטונג צו די גרויסע שמחת החתונה, די שיעור ווערט מיטגעהאלטן דורך פילע חסידים ומעריצים זיך גרייטענדיג צום געהויבענעם מאמענט.


Comments


bottom of page