top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

געהויבענע חתונה פארגעקומען אין בני ברק בחצרות הקודש אמשינוב בית שמש - מאקאווא - לעלוב - שידלובצא

מיטוואך פ' כי תשא • י"ט אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: איציק ו.


מיט שמחה און פרייד איז דעם זונטאג פארגעקומען אין בני ברק די חתונה פון החתן בנו בכורו פון כ"ק אדמו"ר מאמשינאוו בית שמש שליט"א איידעם ביי הגה"צ ר' אהרן מענדלזון שליט"א, עלטסטע אור אייניקל ביי כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א, מיט די כלה אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א פון בני ברק, א טאכטער פון בנו הרה"צ ר' דוד צבי בידערמאן שליט"א, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר משידלובצא שליט"א, די חתונה איז פארגעקומען במקהלות חסידים ואנשי מעשה אין די זאלן פון היכלי מלכות אין שטאט.


ביים קבלת פנים איז מכובד געווארן מיט קריאת התנאים די פעטער כ"ק אדמו"ר מגארליץ שליט''א, און מען האט געהערט דברי כיבושין פון בדחנא דמלכא ר' דוד שובאקס. ביים מעמד החופה איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין די פעטער כ"ק אדמו"ר מאמשינאוו בארא פארק שליט"א, קריאת הכתובה די פעטער הגה"צ אב"ד מאקאווא אשדוד שליט''א, מיט די ברכות זענען מכובד געווארן די זיידעס כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א, כ"ק אדמו"ר משידלובצא שליט"א, און הרה"צ ר' אהרן מענדלזון שליט"א, די פעטער'ס הגאון רבי ישראל אהרונסון שליט"א ראש ישיבת חזון נחום און הרה"צ רבי יעקב יצחק בידרמאן שליט"א מלעלוב ירושלים, ברכה אחריתא די זיידע כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א פון בני ברק.


ביים שמחת החתונה האבן מפאר געווען בראש השמחה די פעטער'ס האדמורי"ם מסערט וויזניץ, לעלוב, קאסוב וויזניץ, נדבורנא חיפה, סוכטשוב און הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח בן כ"ק אדמו"ר מבעלזא, און די קרובי המשפחה האדמורי"ם מסאדיגורא און זוטשקא, הגה"צ רבי מנחם ארנסטר ראש ישיבת וויזניץ און הרה"צ רבי דוד טווערסקי שליט"א אב"ד ראחמסטריווקא.









































Commentaires


bottom of page