top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הילולא קדישא פון הרה"ק מסקווירא זצוק"ל ב' ניסן אפגעצייכנט מיט גרויס התעוררות בצל בנו יחידו האד' מסקווירא

  • לפני 4 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

דאנערשטאג פ' צו • ח' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN

מיט גרויס התעוררות דקדושה איז פאריגן פרייטאג ויקרא, ב' ניסן, אפגעצייכנט געווארן די 58'סטע הילולא קדישא פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מסקווירא זצוק"ל. אומעטום האבן חסידים ואנשי מעשה מעלה געווען זכרונו הבהיר ובפרט אין שיכון סקווירא איז מיט א חרדת קודש אפגעראכטן געווארן די הילולא בצל בנו יחידו וממלא מקומו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א בהשתתפות טויזנטער חסידים.


דאנערשטאג נאכט בליל ההילולא איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צו תפלת מעריב ברוב עם אין ביהמ"ד הגדול און פארגעדאווענט פארן עמוד מיט גרויס השתפכות הנפש. א שטיק צייט נאך מעריב האט דער רבי געפירט דעם ציבור ביז אין די פארטאגס שעה'ן מיט עטליכע קורצע הפסקות אינצווישן מיט לימוד משניות ואמירת קדיש און געוואונטשן לחיים פארן גאנצן ציבור.


פרייטאג אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צו שחרית אין ביהמ"ד הגדול און יורד געווען לפני התיבה מיט גרויס דערהויבנקייט. נאכן דאווענען האט דער רבי געמאכט א סיום משניות אויף סדר קדשים, געזאגט קדיש, און דער ציבור איז אריבער ווינטשן לחיים פארן רבי'ן בעת מזינגט ניגוני התעוררות ודביקות.


ארום האלב נאך צוועלף איז דער רבי ארויף צום ציון הק' בראש קהל חסידיו. אויפן וועג אריין האט דער רבי פארטיילט צדקות פאר די קופות המוסדות און ארגוני הצדקה והחסד דחסידי סקווירא וואס זענען געשטאנען אין א רייע ביים אריינגאנג צום בית החיים.


דער רבי איז אריין אין אהל הק' און אויסגעטון די שטיוול בחרדת קודש, געצונדן ליכט און פארגעזאגט בהשתפכות הנפש די מזמורי תהילים כנהוג בבית טשערנוביל, כבן המתחטא לפני אביו. דערנאך געמאכט די הקפות און געזאגט קדיש, דאן געליינט די קוויטלעך פון די בני המשפחה, און שפעטער זיך געזעצט ביים אריינגאנג צום אוהל וואו דער ציבור איז אריבער געבן קוויטלעך להפקד בדבר ישועה ורחמים.


דערנאך איז דער רבי מיט די קינדער אריבער צום אהל פון אמה של מלכות אשת חבר פונעם בעל ההילולא זי"ע און פון זוגתו הרבנית הצדיקת ע"ה, און דארט געווען פאר עטליכע מינוט ביחידות. נאכן גיין אין מקוה איז דער רבי צוריק אריין אין ביהמ"ד און געזאגט נאך א קדיש.


טראץ וואס די הילולא קדישא איז אויסגעפאלן פרייטאג, איז דער צענטראלער יארצייט טיש פארגעקומען ווי געווענליך בעצם יומא דהילולא אין די נאכמיטאג שעה'ן כמנהג סקווירא. ארום דריי אזייגער נאכמיטאג איז דער רבי אריינגעקומען צום טיש אינעם גרויסן שאטער. אנהייב סעודה האט דער רבי געמאכט א סיום מסכת וואס ער האט געלערנט לכבוד דער הילולא, און דערנאך האט דעם רבינ'ס אייניקל הרב יוחנן פנחס בן הרה"צ ר' אהרן מענדיל געמאכט דעם סיום הש"ס וואס איז געלערנט געווארן דורך די חסידים, און דער רבי האט געזאגט קדיש דרבנן.


דער רבי האט זיך געוואשן צו דער סעודת הילולא. הגה"צ רבי יוחנן וואזנער שליט"א ראב"ד סקווירא איז מכובד געווארן מיט "הזכירו" און מהאט געזונגען דריי מאל כנהוג. אינמיטן טיש זענען די חסידים וואס דארפן נאך צוריק אהיימפארן אין שטאט אריבער וואונטשן לחיים כדי נישט צוצוקומען חלילה צו קיין זלזול בכבוד שבת. ארום פינף אזייגער נאכמיטאג האט דער רבי געבענטשט על הכוס. מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן חתנו האדמו"ר מראחמיסטריווקא מאנסי שליט"א, דערנאך איז דער גאנצער ציבור דורך ווינטשן לחיים.


ארום א שעה נאכן זמן איז דער רבי אריינגעקומען צום ביהמ"ד הגדול, געזאגט דעם אכטן קדיש פאר מנחה, און דאן געדאווענט מנחה פארן עמוד מיט גרויס התעוררות.



bottom of page