גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה לנכד גאב"ד מאקאווא פארגעקומען אין שטאט מאנסי
- בחצרות הקודש

- 22 בספט׳ 2024
- זמן קריאה 1 דקות
עודכן: 7 בנוב׳ 2024
זונטאג פ' נצבים - וילך • י"ט אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אברומי בערגער - JDN
א ריזן ציבור פון הונדערטער חסידים ואנשי מעשה האבן פאריגע וואך מיטגעהאלטן די שיינע חתונה פון החתן א אייניקל ביי כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א, א זון פון זיין זון הרה"צ ר' יואל יצחק לעמבערגער שליט"א, איידעם ביי הגה"צ ר' יהושע רובין שליט"א אבד"ק טאמאשוב בני ברק, מיט די כלה א טאכטער פון הגה"צ ר' יחיאל מיכל גאלדמאן שליט"א אבד"ק זוועהיל מאנסי, זון פון הגה"צ ר' שמואל גאלדמאן שליט"א מזוועהיל, און איידעם ביי הרה"ג ר' יעקב שמשון יאקאבאוויטש שליט"א מגארליץ, די חתונה איז פארגעקומען אין די זאלן פון אטריום פלאזא אין מאנסי, וואו עס איז דערביי געוועהן א געלעגנהייט לחזות בנועם ה' און מיטהאלטן די עבודת הקודש פונעם גרויסן זיידן די מאקאווא רב שליט"א וועלכע איז ספעציעל געקומען צו פארן לפאר על ראש שמחתו.
















































תגובות