top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מעין מירון: רבבות ישראל באטייליגט ביי הדלקה רבתי פון המשפיע הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א בחוצות ירושלים

  • לפני 3 דקות
  • זמן קריאה 3 דקות

מיטוואך פ' בהר בחוקתי • י"ט אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך

א מחזה נורא הוד פון 'לילה כיום יאיר' וואס איז נאך נישט געזען געווארן האט דעם ל"ג בעומר אפגעקלינגען בחוצות ירושלים עיה"ק, וועלכע איז פארוואנדלט געווארן אין א מירון'דיגע אטמאספערע, ביים מעמד ההדלקה אדירה דורך המשפיע הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב.


די צענטראלע הויפט שפע חיים גאס איז געווען ווי איין גרויסע חצר המערה, ווען צענדליגע טויזנטער אידן מכל קצוות הארץ, אנשים נשים וטף, זקנים עם נערים, ירושלימ'ער אידן יראים ושלמים זייט ביי זייט מיט אידן פון אלע שיכטן און קרייזן, כולם נתקבצו ובאו לשוש ולשמוח בשמחת התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי.


אין די צייט וואס קיין מירון איז נישט געווען לייכט אנצוקומען, האט אין ירושלים ארויסגעשיינט דער אווירה וואס הערשט אין מירון, ולילה כיום יאיר.


נאך לאנגע טעג פון הכנות אויף אלע פראנטן האט מען ב"ה באוויזן צו פראווענען דעם מעמד גדול וואס איז ב"ה געקרוינט געווארן מיט א געוואלדיגע סוקסעס, ווען אלעס פירט זיך געלאסן אן קיין שום מכשולות.


א געשאצטע דרייסיג טויזנט אידן האבן איבערגעפילט דעם שפע חיים גאס און די ארומיגע גאסן מיט איין ציל זיך צו דערהייבן און מיטפרייען בשמחת התנא האלוקי, ווען אינעם צענטער פונעם גאס איז געווארן די ריזן בימת הכבוד, אויף וועלכער עס איז געשטאנען דער משפיע וואס שמו הטוב הולך לפניו מיט זיין געוואלדיגע כח אויפצופלאמען לבבות ישראל לאבינו שבשמים, און בפרט מיט זיין דביקות לאורו ומשנתו פונעם הייליגן תנא, ועל כולנה ווען עס קומט דעם הייליגן טאג ל"ג בעומר הילולא קדישא דיליה.


אויף א באזונדערע פלאטפארמע האבן אנגעפירט מיט די פרקי שירה וזמרה די בעלי מנגנים ר' מאיר אדלער און ר' אהרעלע סאמעט אינאיינעם מיט א קאפעליע משוררים, וואס האבן געהויבן דעם ציבור מיט ריקודין עילאין וואס האבן אפגעקלינגען איבער די גאנצע געגנט.


שוין א לענגערע צייט בעפאר די מעמד האט זיך דער עולם געקאכט אין ניגוני התעוררות, און פונקטליך צוועלף אזייגער אויפדערנאכט איז דער משפיע ערשינען מלובש בבגדי שבת, וואו דער ציבור האט ספאנטאן אויסגעבראכן אין פרייליגע טענץ לכבוד התנא האלוקי.


פאר לאנגע שעות האט דער משפיע מיט זיין אייגנארטיגן כוח הדיבור געגאסן פערל-רייד בגודל קדושת היום, איבער די געוואלדיגע זכות פון זיך צוזאמקומען לכבוד התנא האלוקי אין יעדן פלאץ וואו מען געפונט זיך, און איבער זיין כוח לפטור את כל העולם כולו מן הדין, פון יעדן צרה וצוקה, באגלייט מיט ניגוני דביקות בין גברא לגברא.


דער משפיע האט מיט א קול רגש דערמאנט כל מיני ישועות וואס אידישע קינדער זענען אנגעוואנדן, און א באזונדערע התעוררות האט ארומגענומען דעם עולם ווען דער משפיע האט מזכיר געווען נעמען פון חולי ישראל און אידן הזקוקים לישועה, ובפרט ווען ער האט דערמאנט די רועי ישראל, כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א און מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א לרפואה שלימה, ווען דער גאנצער ציבור ענטפערט א הילכיגן "אמן" מיט א קול רעש גדול וואס האט ווי געשפאלטן הימלען.


אפילו ווען א קורצשלוס האט פאסירט אין סאמע ברען פונעם מעמד און די מוזיק איז פארלאשן געווארן פאר לענגערע מינוטן, האט דאס גארנישט אפגעקילט די שמחה. דער ציבור האט ווייטער געטאנצן מיט א ברען, ווען דער משפיע איז ווייטער מעודד די ריקודין אן קיין אויפהער.

 

ווי פארשטענדליך איז דער הויכפונקט פונעם מעמד געווען די הימל-שפאלטנדע "יבטל כל הגזירות", ווען רבבות אידן האבן אויסגעשריגן מיט איין שטימע די תפילה צו מבטל זיין אלע שלעכטע גזירות בזכותו פונעם הייליגן תנא. נאכדעם האט דער משפיע פארגעזאגט פרקי תהילים פסוק בפסוק לרפואת חולי ישראל, נאכגעפאלגט מיט "אבינו מלכינו" מיט גרויס השתפכות הנפש.


עס איז שוין געווען נאך צוויי אזייגער אויפדערנאכט ווען דער משפיע האט איבערגענומען די אבוקה פון הנגידים החשובים ר' נחום רוקח און ר' צבי אייכל און אנגעצינדן די מדורת אש לקול תרועת השמחה, ווען מען זינגט די באקאנטע ניגוני מירון מיט אן אומבאשרייבליכן התלהבות. אויך דער שלאקס-רעגן וואס האט זיך אראפגעלאזט האט נישט אפגעשטעלט די טענץ.


נאך א וויילע האט דער משפיע אפגעראכטן במעמד אלופי אלפי ישראל דעם סיום הזוהר דורך חבורת "אתכנשו", און געזאגט דעם קדיש און ווייטער ממשיך געווען די ריקודין עילאין.


די שמחה האט אנגעהאלטן מיט אן אש קודש ביז נאך דריי אזייגער פארטאגס, ווען דער עולם האט זיך אנגעהויבן צושפרייטן, א פלאטע פון באסעס האט געפירט דעם ציבור האלפים וועלכע זענען אהיימגעפארן לכל מקומות מושובתיהם אנגעזעטיגט מיט השפעות טובות נאך אזא געהויבענע מעמד וואס וועט לאנג געדענקט ווערן.



bottom of page