top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הוראת הקודש פון האד' מסאטמאר מבטל צו זיין געפלאנטע נסיעות דורך תלמידי המתיבתא מטצוהאלטן היסטארישע ליקוי החמה

מאנטאג פ' תזריע • כ"ט אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש


על פי הוראת הקודש פון כ"ק האדמו"ר מסאטמאר שליט"א האבן די ישיבות הקדושות ד'סאטמאר היינט אפגערופן די  געפלאנטע נסיעות קיין באפעלאו מטצוהאלטן די היסטארישע ליקוי החמה.


אין עטליכע סניפים פון די ישיבות גדולות אין קרית יואל איז היינט געפלאנט געווארן א גרויסארטיגע 'טריפ' אלס באלוינונג פאר די בחורים וואס האבן זיך אנגעשטרענגט אריינצוברענגען גרעסערע סכומים אין די פארלאפענע ימי הפורים העעל"ט, עס איז געווען געפלאנט אז די בחורים וועלן שופך שיח זיין אויפן בית החיים אין שטאט באפעלאו וואו עס איז מקום מנוחת קדשם פון עטליכע צדיקים, דערנאך איז געווען די פלאן מיטצוהאלטן די הסטארישע הונדערט פראצענטיגע ליקוי החמה.


ווען די געפלאנטע הצטיינות נסיעה איז אנגעקומען לידיעת כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט די רבי שליט"א תיכף געהייסן אפרופן און מבטל זיין די נסיעה, צוליב א חשש פון פריצות וויבאלד אסאך מענטשן אין אלגעמיין וועלן ווארשיינליך קומען צו פארן קיין באפעלאו פאר די היסטארישע ערשיינונג.


די רבי שליט"א האט אריינגערופן אלע מנהלים אין קרית יואל און פארארדענט צו מבטל זיין די טריפ און אזוי אויך האט די רבי שליט"א געהייסן איבערצוגעבן פאר די מנהלי הישיבות אין אנדערע שטעט הוראת קדשו נישט ארויסצופארן מיטצוהאלטן די ליקוי חמה.


פארשטענדליך האט מען תיכף ומיד מבטל געווען אלע פלענער, די בחורים זענען ממשיך צו לערנען בהתמדה ביז די לעצטע מינוטן פון די ווינטער זמן, וואס די ליקוי חמה קומט טאקע אויס ממש סוף זמן, היינט מאנטאג ער"ח ניסן.

bottom of page