top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 9 בנוב׳ 2023
  • זמן קריאה 3 דקות

עודכן: 16 בנוב׳ 2023


ree

דאנערשטאג פ' חיי שרה • כ"ה חשון תשפ"ד| בחצרות הקודש

מרן הגאון רבי שואל אלתר אין א ווארימע שמועס מיט א יונג בחורל די וואך אין לעיקוואד.

ree

האדמו"ר מדושינסקיא ביים קביעות מזוזה אינעם נייעם לאקאל פונעם AUTO GO קאר ליסינג בגלילות קרית יואל אונטער די אייגענטומערשאפט פון הנגיד ר’ ישכר דוב דאווידאוויטש, אינעם בילד ווערט אויך געזעהן הרב יהושע מענדלאוויטש משב"ק האדמו"ר מסאטמאר.

ree
ree

האדמו"ר מראחמיסטריווקא ביי די עבודת הקודש פון נטילת ידים ביים סעודת מלוה מלכה דעם מוצ"ש מיט די נגידי ותומכי המוסדות אין קיעלץ פולין.

די מנהל פונעם תלמוד תורה אין בית שמש פראבירט צו משכנע זיין הגאון רבי דוב לאנדא ראש ישיבת סלאבודקא אז די דור האט מחליט געווען אז די ראש ישיבה איז גדול הדור אין איז ממשיך די הנהגה פונעם עולם התורה, אין די ראש הישיבת ענטפער איז געווען: "מנא הני מלי???"

הרה"צ ר' שלמה צבי אלתר בן האדמו"ר מגור אין א טאנץ מיט די יתומים קינדער פונעם מחותן אבישלום ינקוביץ ז"ל מחשובי חסידי גור ביי די חתונה פון זיינס א קינד.

מרן הגאון רבי שאול אלתר ווערט געזעהן די וואך בנאות דשא אין מיאמי פלארידא.

די אייגנארטיגע הזמנה צום גרויסארטיגן חתונה פון החתן בן זקונים ביי הגה"צ רבי יצחק מאיר מארגנשטערן אדמו"ר מתורת חכם, וואס קומט פאר דעם קומענדיגן דינסטאג ויצא הבעל"ט.

ree

האדמו"ר מבאבוב ביים עולה זיין לתורה אין ביהמ"ד קערעסטיר אין מיאמי פלארידע, ווערט געזען די בעל קורא הגה"צ רבי יחזקאל גאלד אב"ד שערי חסד אין מאנסי און הגה"צ ר' אלי' גראס מקערעסטיר בערבעשט.

ree

הרב יואל גאלדמאן משב"ק האדמו"ר מוויזשניץ לאנדאן אין א טאנץ מיט הרב יעקב יוסף האגער בן האדמו"ר מוויזשניץ ירושלים, ביים חתונה די וואך פון ביתו הכלה אין וויליאמסבורג.

ree

קרישקעס האט די וואך באמערקט די בארימטער בעל מנגן פון ארה"ק ר' זאנוול וויינבערגער, ביים וואונטשן מזל טוב פאר רבו כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א ביים שמחת החתונה פארלאפענעם וואך אין קרית יואל.

ree

מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א ווערט געזעהן מיט הנגיד ר' יענקל אדלער בנאות דשא אין נתניה, ווי די רבי וויילט אין די טעג אויף אפרוה.

ree

האדמו"ר מזוויהעל מאנסי ביים יארצייט טיש לרגל די הילולא פון זקינו הרה"ק רבי גדליה משה מזוועהיל זי"ע די וואך ביומא דהילולא.

ree

האדמו"ר מפרמישלאן ביים ברית פאר אן אייניקל פונעם משב"ק ונאמן ביתו הרב מיכל שטערנקוקר.

ree

הגה"צ אב"ד פאפא מאנסי ביים קובע זיין א מזוזה ביים נייעם פארברייטערטע אפיס פון די Team W פירמע אין מאנסי אונטערן בעלות פון הנגיד ר' ישראל ווייס הי"ו.

ree

מודעה מטעם קהל צמח דוד סקווירא אמבאלאנגט די טעקסיס סאמאטוכע.

ree

הרבני הנגיד רבי ליפא פריעדמאן ביים מקבל זיין ברכת הקודש פון האדמו"ר מדושינסקיא ביים שבע ברכות די וואך פון אן אייניקל ביים רבי'ן אין בארא פארק.

ree

הרב יעקב גראסבארד דער משב"ק פונעם ראשי ישיבה הגאון רבי ברוך מרדכי אזרחי זצ"ל אין א שמועס די וואך מיט הגאון רבי מלכיאל קאטלער ראש ישיבת בית המדרש גבוה דלעיקוואד.

ree

א בריוו פון הרה''ג רבי ישראל מארגנשטערן בנו הגדול פון האד' רבי יצחק מאיר מארגנשטערן מתורת חכם לקראת די חתונה הגדולה במעון קדשו פון אביו הגדול.

ree

דער בארימטער פאטאגרעפירער א. אייזנבאך וואס האט באגלייט הגאון רבי שאול אלתר אויף די מסע חזיק קיין ניו יארק, האט קרישקעס באמערקט זיך געזעגענען בקודש פנימה איידער די ראש ישיבה האט זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג צוריק קיין ארץ הקודש.

ree

די אנגייענדע בוי ארבעט ביים ביהמ"ד הגדול אין שיכון סקווירא אין פולן שוואונג.

ree
ree

כ"ק אדמו"ר מוויזשניץ בארא פארק אויף ביקור חולים די וואך ביים שווער הגה"צ אבד"ק ראחמיסטריווקא מאנסי שליט"א לרפו"ש אין לעניקס הילל שפיטאל.

ree

הרב חיים יצחק ווייס ר"מ בישיבת בני היכלא, ביים זיך געזעגענען פון מרן אדמו"ר מבעלזא שליט"א, איידערן ארויספארן צו וויילן מיט די בחורים אינעם צייטווייליגן ישיבה אין די קאנטרי.

ree

הערליך בילד ווי כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א סערווירט ווארעמעס פאר חותנו הגה"צ גאב"ד סיגעיט ביים שמחת החתונה פון אן אייניקל פארלאפענעם וואך אין קרית יואל.

ree

א טשיקאווע בילד פון האדמו"ר מספינקא די וואך ביים סיום סדר נשים במסגרת הדף היומי אין די קהילה.

ree

הגה"צ רבי יצחק מאיר מארגנשטערן אדמו"ר מתורת חכם די וואך אויף אפרוה אין צפון ארץ ישראל.

ree

הנגיד ר' בערי ווייס מגדולי תומכי תורה בקודש פנימה ביים ראש ישיבה הגאון רבי שאול אלתר שליט''א אין בארא פארק וואו ער האט בייגעשטייערט א סכום הגון לטובת מוסדותיו.

ree

תלמידי ישיבה גדולה דסאטמאר ביים איינרישען א מסיבת לחיים לכבוד די חתן בנש"ק הרב נתן נטע בן הגה"צ אבד"ק סאטמאר ירושלים.

ree

הרב ניסן מאנגל שליט"א דער רב פון ביהמ"ד כתב סופר אין קראון הייטס, ארומגענומען מיט איבער 100 משפחה מיטגלידער קע"ה אין אוישוויץ לרגל זיין 90׳סטער געבורטסטאג. א נקמה אינעם דייטש...

ree

רעגיסטראציע אין גור פאר חסידים צו קענען טראגן געווער לאור המצב אין ארץ ישראל.

ree

קינדער פון א פאמיליע וועמענס מיטגלידער זענען פארכאפט אין עזה שוין פאר 33 טעג, באזוכן ביים כותל צו דאווענען אויף זייער באפרייאונג.

ree

ree

קרישקעס וועכנטליכע מזל טוב'ס:


א ברכת מזל טוב פאר הרב יענקי חנון, מעסקני חצר הקודש שומרי אמונים, לרגל שמחת הולדת הבת למזל טוב.


א ברכת מזל טוב פאר האברך החשוב ר' יחזקאל פוקס מעסקני ק"ק ראחמיסטריווקא לעיקוואד, לרגל הולדת הבן למזל טוב.

ree

תגובות


bottom of page