מיטוואך פ' וישב • י"ז כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: באדיבות המצלם
מיט פארקלעמטע הערצער און פארווייטאגטע געמיטער האבן טויזנטער בני תורה באגלייט למנוחות עולמים האי גאון וצדיק ולוחם מלחמת ה' בעוז וברמה רבי אשר הכהן דויטש זצ"ל מראשי ישיבת פאנעוויזש ומגדולי מנהיגי עולם התורה, וועלכער איז נסתלק געווארן לשמי מרום אין עלטער פון 79 יאר לדאבון לב אלפי תלמידיו ומעריציו ושומעי לקחו וועלכע קענען זיך שווער טרייסטן פון די אבידה גדולה שאין לה תמורה.
הגאון רבי אשר זצ"ל איז געבוירן כ"ה כסליו שנת תש"ו צו זיין פאטער הרה"ג ר' בנימין זאב הכהן דויטש זצ"ל, מנאמני ביתו פון הגאון האדיר רבי יוסף שלמה כהנמאן זצ"ל מייסד וראש ישיבה פאנעוויזש, צו וואס ר' בנימין זאב איז צוגעשטאנען ליד ימינו בהקמת וביסוס הישיבה ומוסדותי', און האט אויך געדינט אלס מנהל פון מוסד 'בתי אבות' שע"י ישיבת פאנעוויזש.
בשנות נעוריו האט רבי אשר געלערנט אין ת"ת מרכז בני ברק, וואו מ'האט שוין דארט געזען אויף אים סימני גדלות און זיין שקידה נפלאה בתורה. אלס בחור האט ער געלערנט אין ישיבת פאנעוויזש לצעירים, וואו ער האט גענאסן א חיבה יתירה ביי זיינע רבי'ס, די ראשי הישיבה. שפעטער איז ער ארויף לערנען אין די פאנעוויזשע ישיבה, וואו ער איז שנעל נתפרסם געווארן אלס עילוי, און אפילו די לאנגיעריגע לומדים פלעגן ביי פארלייגן זייערע קושיות און ביאורים אין די סוגיות.
חיבה יתירה נודעת לו ביי מורו ורבו הגאון הגדול הרב שך זצ"ל בעל אבי עזרי, ביי וועם ער האט מקבל געווען לקחה של תורה, א קשר עליון דאורייתא וואס האט אנגעהאלטן אויך נאך זיין פטירה, ווען רבי אשר איז נתמנה געווארן דורכ'ן איידעם פון הרב שך, הגאון הגדול רבי מאיר צבי בערגמאן שליט"א, צו דינען אלס ראש המערכת פון די הוצאות שיעורי וחידושי הרב שך, און רבי מאיר צבי האט נישט באשטעטיגט א ספר אויב איז עס נישט פריער באשטעטיגט געווארן דורך רבי אשר.
ווי אויך איז רבי אשר שטארק נתקרב געווארן צו הגאון רבי שמואל רוזאווסקי זצ"ל, און אויך דא האט ער נאך זיין פטירה זיך באשעפטיגט מיט'ן ארויסגעבן זיינע כתבים און שיעורים על פני תבל.
בשנת תש"ל האט רבי אשר חתונה געהאט מיט אשת חבר כחבר, הרבנית תחי', א טאכטער פון הגאון רבי רפאל אייזנבערג זצ"ל, מיט וועם ער האט זוכה געווען אויפצושטעלן א בית של תורה וחסד, זייענדיג בארימט אלס בית וואס איז אלעמאל פתוח לרוחה פאר יעדן נצרך. ווי אויך האט דער גאון במשך השנים אריינגענומען אין שטוב עטליכע קינדער וועם ער האט אויפגעצויגן ווי אן אייגענע טאטע מאמע.
נאך די חתונה האט רבי אשר ממשיך געווען זיינע לימודים אין די פאנעוויזשע כולל, וואו ער איז באקאנט געווארן אלס אחד מאריות שבחבורה, און שמו הטוב איז געווען הולך לפניו אינעם גאנצן עולם התורה אלס איינע פון די גרעסטע למדנים בכל חלקי הש"ס.
נאך אלס יונגערמאן איז רבי אשר אויפגענומען געווארן אלס ר"מ אין ישיבת בית אהרן אין ירושלים, וואו ער האט מרביץ תורה געווען אינאיינעם מיט ידידו וריעו יבלחט"א הגאון הגדול הישיש רבי אהרן פעלדמאן שליט"א ראש ישיבת נר ישראל באלטימאר. ווי אויך האט רבי אשר אין לויף פון די יארן מרביץ תורה געווען אין ראם פון די 'חבורות' אין די מירער ישיבה אין ירושלים און אין די פאנעוויזשע כולל.
אין שנת תשמ"ח איז רבי אשר נתמנה געווארן דורך רבו המובהק הרב שך אלס ר"מ אין ישיבת פאנעוויזש, וואו ער האט אנגעהויבן געבן זיינע וואונדערליכע שיעורים וואס די הונדערטער תלמידים האבן געשלונגען מיט צמאון רב.
פון יונגווייז אן איז רבי אשר געווען פקיע שמי' אלס מדקדק במצוות און מקיים געווען מצוות ה' מיט אלע חומרות והידורים באופן מופלא. ספעציעל איז באקאנט זיין דקדוק עצום אויף קיום מצות ד' מינים, אויף וואס ער האט מהדר געווען בכל מיני הידור און וואכן לאנג איידער סוכות האט ער דורש וחוקר געווען צו באקומען די מהודר'דיגסטע ד' מינים צו יוצא זיין אלע שיטות המחמירים. יארן לאנג האט דער גאון עוסק געווען אין הלכות ד' מינים און יורד געווען לעומק של הילכתא און מפלפל געווען מיט גדולי ת"ח וועלכע האבן פארגעלייגט פאר אים זייערע שאלות אין כשרות ארבעת המינים.
א גרויסע מהפכה האט דער גאון געמאכט ביים ציבור המדקדקים איבער שילוש הדסים און ארום די פרטי דיני "חוט המקיף" עפ"י שיטת החזון איש, און אדאנק אים איז דער באגריף פון מחמיר זיין אויף 'חוט המקיף' ביי הדסים שטארק אריינגעקומען בקרב יראי ה' ובני תורה בכל תפוצות ישראל.
בכל כח ועוז איז רבי אשר צוגעשטאנען ליד ימינו פונעם שר צבא ה' מרן רבי שמואל אויערבאך זצ"ל אין אלע מערכות ישראל און מלחמת הקודש למען קיומה של עולם התורה והצלתה מידי מפריה אנבאלאנגט די ביטערע גזירה האיומה פון גיוס בני הישיבות. בלי פחד ומורא האט ער זיך ארויסגעשטעלט קעגן די משנאי ה' און שארף לוחם געווען קעגן אזעלכע וואס גייען ליידער מיט פשרות און שיתוף פעולה מפקיר צו זיין טויזנטער בחורי ישראל צום שמד הגיוס רח"ל.
נאכ'ן הסתלקות פון מרן הגאון הגדול רבי שמואל אויערבאך זצ"ל איז רבי אשר באטראכט געווארן אלס איינע פון די ממשיכי דרכו בקודש, און ממשיך געווען מיט די מלחמה לה' בעמלק און מיט אן אויסטערלישע מסירת נפש און זארג פאר טהרת החינוך געהיטן אויף די לויטערקייט פונעם ערליכן עולם התורה, ער האט זיך געשטעלט בראש המחנה און מלהיב געווען לבבות ישראל זיך נישט צו רירן פון די מסורה הטהורה.
ביי יעדע געלעגנהייט האט רבי אשר שטארק מחזק געווען די בני הישיבות וואס שטעלן זיך בכלל נישט צום לשכת הגיוס, און מכריז געווען דעם דעת תורה איבער דעם איסור פון זיך שטעלן צום לשכת הגיוס.
אין די לעצטערע זמנים ווען עס לויערט די גזירת הגיוס איז ליידער בעיצומה, און די מדינת השמד האט שוין ארויסגעשיקט צווי הגיוס פאר טויזנטער בני הישיבות, האט רבי אשר בשארית כוחותיו, זייענדיג שוין ליידער רתוק למטתו, זיך ארויסגעשטעלט כגבור חיל להורות את דבר ה' איבער די דרכי הפעולה קעגן די סכנה נוראה, און מחזק געווען די ארגאניזאציעס וואס באפאסן זיך מיט'ן ראטעווען בחורים פון מיליטער.
כוחות עצומות האט רבי אשר אריינגעלייגט להקמת והחזקת די ברייטע נעץ פון מוסדות על טהרת הקודש, וואס איז געגרינדעט געווארן אינערהאלב די בני תורה קרייזן, ווען נאכ'ן הסתלקות פון מרן רבי שמואל אויערבאך, און די מוסדות זענען געבליבן ווי א שיף אן א רודער, פארלירנדיג דעם געטרייען מנהיג, אין יענע שווערע טעג האט רבי אשר גענומען אויף זיך דעם אומבאגרייפליכן שווערן עול און אריין לעובי הקורה, און במשך אלע יארן עד זיבולא בתרייתא געהאלפן שלעפן דעם עול פון די מוסדות החינוך, און כסדר מחזק געווען די מסירת נפש'דיגע מנהלים און אנגעוויזן ווי אזוי זיך צו פירן ביי יעדן ענין.
אויך האט ער זוכה געווען צו גרינדן פרישע מוסדות וואס איז געפירט געווארן תחת נשיאותו, און זיך מטריח געווען בטירחא דגברא רבא מיט נסיעות צו די ארצות הגולה מעורר צו זיין נדיבי עם למען החזקת המוסדות.
ווי אויך איז רבי אשר געשטאנען על המשמר און באגלייט די פעולות פון די צייטונג "הפלס" פון די בני תורה קרייזן, מיסודו של רבי שמואל אויערבאך, צו דינען אלס ריינע פלאטפארמע פאר די בני תורה קרייזן.
אין די לעצטערע יארן איז רבי אשר אויפגענומען געווארן אלס רב ביהמ"ד "תפארת שמואל" סמוך לביתו, וואו ער האט משפיע געווען מאור תורתו פאר די מתפללים ולומדים, וועלכע האבן זיך דערקוויקט מיט זיינע פלאם פייערדיגע דרשות און שיחות מוסר, ספעציעל אין שבת שובה און שבת הגדול.
פאר ארום אנדערהאלבע יאר צוריק איז רבי אשר דיאגנאזירט געווארן מיט די ביטערע מחלה, פון וואס ער האט זיך ב"ה ארויסגעדרייט, אבער א האלב יאר צוריק איז די מחלה צוריקגעקומען אויף א שווערן אופן ליידער, און עס האט זיך דאן ארויסגעוויזן זיין מסירת נפש פאר תורה, ווען מ'זעט ביי אים דעם "לולי תורתך שעשועי אז אבדתי בעניי", נישט אויפגעבנדיג פון זיינע סדרי הלימוד און הרבצת התורה והנהגת הציבור.
טראץ זיין אויסטערלישע שוואכקייט האט ער נישט מוותר געווען אויף קיין איין חברותא, פון פרי פארטאגס ביז שפעט ביינאכט, און די קבלת קהל, און די שיעורים אין ישיבה, אלעס האט ער ווייטער ממשיך געווען מיט איבערמענטשליכע כוחות הגוף והנפש.
אין אלע היכלי התורה בעולם הישיבות האט מען מרבה געווען מיט תפילות לרפואתו, אבער ליידער זענען די שערי רחמים געווען פארריגלט און דעם פארלאפענעם מאנטאג וישב מיטאג האט ער מחזיר געווען נשמתו לבוראה ויוצרה, איבערלאזנדיג אן אומערזעצבארן חלל בעולם התורה והישיבות.
דער גאון האט איבערגעלאזט די וועלט בארימטע ספרים און חיבורים יקרים, וואס איז נכסי צאן ברזל אינעם גאנצן עולם התורה, דער ספר "שערי ריבית", די "קונטרסי שיעורים" אויף סדר נשים ונזיקין, די סעריע ספרים "זרע הילולים" שיעורים בסדר זרעים, און נאך צענדליגע חיבורים וקונטריסים וואס די תלמידים ושומעי לקחו האבן ארויסגעגעבן במשך השנים.
די לוי' איז ארויס ביי די פאנעוויזשע ישיבה, ווען טויזנטער אידן געבן דערביי אפ דעם כבוד האחרון על האי שר וגדול שנפל בישראל.
דער ראש ישיבה לאזט איבער נאך זיך בנין וחתנין רבנן, הרה"ג ר' רפאל, הרה"ג ר' שמואל, הרה"ג ר' יעקב חיים, הרה"ג ר' יחזקאל, הרה"ג ר' יהודה, הרה"ג ר' יוסף שלמה, הרה"ג ר' אהרן. די איידעמער הרבנים הגאונים, רבי שלום הלל קרשינסקי ראש ישיבת עטרת שלמה לצעירים בירושלים, הרה"ג ר' שלמה גוטסגנדה ראש הקיבוץ ישיבת כנסת יצחק חדרה, הרה"ג ר' לוי גראסבארד, הרה"ג ר' יוסף צבי מילער, הרה"ג ר' מנחם גערטנער.
ווי אויך לאזט ער איבער זיינע געהויבענע ברידער, הגאון רבי ברוך שמואל לרפו"ש ראש ישיבת באר מרדכי מודיעין עילית, הגאון רבי יעקב מחשובי ת"ח בירושלים, הגאון רבי מרדכי בעמח"ס מגילת ספר. מיט דריי יאר צוריק האט ער פארלוירן זיין ברודער הרה"ג ר' יוסף שלמה ז"ל מראשי הנהלת מוסד בתי אבות.
אוי לספינה שאבדה קרבניטה, וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'
Comentarios