top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

החוט המשולש • שמחת החתונה בבית סקאליע - טאהש - קרעטשניף‎‎

דאנערשטאג פ' בא • ח' שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש


חסידים ואנשי מעשה האבן זיך דעם דינסטאג נאכט מיטגעפריידט ביי די געהויבענע שמחת החתונה פון החתן אייניקל ביי כ"ק האדמו"ר מסקאליע שליט"א בן לבנו הגדול הגה"צ רבי יעקב לייב גאלדשטיין אבד"ק אוסטראה חתן כ"ק האדמו"ר מסטאניסלאוו זצ"ל, מיט הכלה בת הגה"צ ר' יחזקאל שרגא סג"ל לאווי שליט"א אב"ד טאהש וומסב"ג בן הרה"צ ר' מרדכי זצ"ל וחתן כ"ק אדמו"ר בעל 'נועם ישראל' מקרעטשניף זצ"ל אור אייניקל פון הרה"ק מטאהש זי"ע. די חתונה איז פארגעקומען ברוב פאר והדר אין די זאלן פון תפארת מרדכי אין בארא פארק.


באזונדער האט זיך אנגעזען די השתתפות פונעם געהויבענעם עלטער פעטער כ"ק האדמו"ר מטאהש שליט"א וועלכע האט באשיינט די חתונה - זייענדיג צוגאסט אין ניו יורק לכבוד די ימי המשתה פון בתו הכלה תחי'. דער רבי שליט"א איז מכובד געווארן מיט 'ברכה אחריתא' ביים בענטשן און דערנאך איז דער רבי געטאנצן 'מצוה טאנץ' לפני הכלה און איז ארויס אין א באזונדערע ריקוד מיטן זיידן דער סקאליע רבי שליט"א.


ביים מעמד החופה איז דער זיידע כ"ק האדמו"ר מסקאליע שליט"א מכובד געווארן מיט 'סידור קידושין'. דער פעטער כ"ק האדמו"ר מסטאניסלאוו שליט"א איז מכובד געווארן מיט 'קריאת הכתובה', די ברכות זענען צעטיילט געווארן צווישן די פעטער'ס: כ"ק  האדמו"ר מהאדאס, כ"ק האדמו"ר מסטאניסלאוו ביתר, כ"ק האדמו"ר מדזיקוב מאנסי שליט"א. ברכה אחריתא דער פעטער פון ארץ ישראל כ"ק האדמו"ר מקרעטשניף קרית גת שליט"א.


ביים חתונה האבן זיך באטייליגט מערערע אדמורי"ם ורבנים, צווישן זיי: האדמורי"ם מטאהש, סטאניסלאוו ממאנסי וביתר, טשערנאביל, פאלטישאן, סקולען וומסב"ג, האדאס, זידיטשוב-פרעמיסלא, קרעטשניף-קרית גת, מאשלוי, אלעסק, ראדוויל, סקווירא-גרינוויל, הרבנים הגאונים אב''ד מנחת חינוך טארטיקוב, נאסויד, לינז, זלאטשוב-ב"פ, בוטושאן, טאקיי, תולדות נפתלי ב"פ, תפלה לדוד קרית יואל, קרעטשניף-וומסב"ג, פשעווארסק-וומסב"ג און נאך.


כחצות הלילה איז מען צוגעטראטן צו די געהויבענע מצוה טאנץ. צום ערשט האט בדחנא דמלכא ר' סנדר געלב הי"ו אויפגערופן דעם געהויבענעם זיידן כ"ק האדמו"ר מסקאליע שליט"א וועלכע האט אפגעראכטן די עבודת הקודש לפני הכלה באש להבה. דערנאך האט ער אויפגערופן די געהויבענע פעטער'ס האדמורי"ם מסטאניסלאוו און קרעטשניף קרית גת שליט"א. עס איז שוין געווען אין די שפעטע נאכט שעות ווען די חתונה האט זיך פארענדיגט מיט גרויס דערהויבענקייט.




















Comments


bottom of page