אמעריקאנער פרעזידענט טראמפ שיקט פערזענליכן בריוו צו האד' מבאבוב 45 לכבוד חנוכת הבית פון נייעם ביהמ"ד הגדול
- sfbechatzros
- 27 באוק׳
- זמן קריאה 1 דקות
עודכן: 28 באוק׳
מאנטאג פ' לך לך • ה' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

אין די יעצטיגע טעג איז פארעפנטליכט געווארן די נייעס איבער א העכסט היסטארישער בריוו וואס דער אמעריקאנער פרעזידענט טראמפ יר"ה האט פערזענליך אפגעשיקט צו כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א, דער בריוו אונטערגעשריבן דורכן פרעזידענט זעלבסט איז אנגעקומען צום רבי'ן דורך העסקן ר׳ דוד כץ הי"ו דער עקזעקוטיוו פארזיצער פון די ׳איזראעל העריטעזש פאנדעישאן׳.
אין די בריוו אדרעסירט דירעקט צום רבי'ן טוט דער פרעזידענט באגריסן דעם רבי׳ן לכבוד די חנוכת הבית פונעם ביהמ"ד הגדול והחדש באבוב 45 וואס איז נישט לאנג צוריק באנייעט געווארן ברוב פאר והדר. דער פרעזידענט שרייבט ווי הרה"ק רבי שלמה מבאבוב זי"ע האט ווידער אויפגעבויט דאס אידיש לעבן אין ניו יארק נאכן חורבן אייראפע, און געלייגט די יסודות פאר א קהילה וואס בליהט שוין דור נאך דור. דער נייע ביהמ״ד גייט ווייטער אויף דעם דרך, און שטייט אלס סימבאל פון דער שטארקייט פונעם אידישן פאלק.
די נייעס איבער די בריוו איז געווען פארהוילן ביז היינט, צוליב דעם וואס די רבי האט כדרכו נישט געמאכט קיין עסק דערפון, הערשט אין די יעצטיגער טעג האבן זיך די נאנטע מקורבים ביים רבי'ן דערוואוסט פון דעם היסטארישן בריוו.








תגובות