top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

יהדות לאנדאן גרייט זיך מיטצולעבן ימי אורה בצל ראש הישיבה הגאון רבי שאול אלתר שליט"א

מוצאי שבת פ' בא • י' שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש


דאס יהדות החרדית בעיר הבירה לאנדאן גרייט זיך מיט שפאנונג אויפצונעמען דעם חשובן גאסט וואס קומט באזוכן אין שטאט, מרן ראש הישיבה הגאון ר' שאול אלתר שליט''א, וואס איז ערווארטעט אויף א ערשטמאליגע געהויבענע באזוך אין שטאט, קומענדיגע וואך פרשת בשלח הבא עלינו לטובה.


די באזוך פונעם ראש ישיבה איז געווידמעט לרגל די מעמד חנוכת הבית פאר די נייע בית המדרש פני מנחם, וואס איז אין די יעצטיגע טעג פולקאם פארענדיגט געווארן לשם ולתפארת אין צענטער פון די סטעמפארד הילל געגנט אויף די קלעפטאן קאמאן גאס. אין ראם פון די געהויבענע באזוך וועט דער ראש ישיבה פראווענען א גרויסארטיגע שבת התאחדות מיט די באטייליגונג פון טויזענטער אידן חסידים ואנשי מעשה, ווען אינאיינעם מיטן ראש ישיבה וועלן קומען צו פארן זיינע חשובע ברידער הרה"צ ר' יעקב מאיר און הרה"צ ר' דניאל אלתר שליט"א, קינדער פון הרה"ק בעל פני מנחם מגור זי"ע.


קומענדיגן דאנערשטאג בשלח חמשה עשר בשבט איז דער ראש ישיבה ערווארטעט צו לאנדן בשערי העיר, אין די נאכמיטאג שעה'ן וועט פארקומען די מעמד חנוכת הבית און קביעת מזוזות פאר די נייע שטיבל, און נאך מנחה וועט פארקומען א גרויסארטיגע מסיבת לחיים און שולחן הטהור לרגל די חנוכת הבית און לכבוד היום חמשה עשר בשבט.


שפעטער ביינאכט וועט דער ראש ישיבה איבערגעבן א טיפזיניגע שיעור בפלפול אגדה והדרכה, אין ביהמ"ד הגדול וויזניץ אין לאנדאן במעמד אלפי תושבי העיר. פרייטאג וועט מען דאווענען שחרית אינעם נייעם שטיבל, און שבת קודש שבת שירה וועלן די תפילות אויך פארקומען אינעם נייעם שטיבל.


די טיש ליל שבת קודש וועט פארקומען אין די זאלן פון יסודי התורה אין לאנדאן, וואס געפונט זיך הארט נעבן די נייע שטיבל פני מנחם, בעפאר קבלת שבת וועט הרה"צ ר' דניאל אלתר ראש ישיבת פני מנחם אויפטרעטן מיט א שיעור, און שבת אינדערפרי וועט איבערגעבן א שיעור הרה"ג ר' אליעזר ראטטענבערג מרבני הקהילה.


מנחה און שלש סעודות וועט ווידער פארקומען אינעם זאל פון יסודי התורה, וואו נאכן זמן וועט דער ראש ישיבה משמיע זיין פייערדיגע דברי תורה און דברי חיזוק אויף א מייק, מיט די באטייליגונג פון טויזענטער תושבי העיר.


זונטאג אויפדערנאכט וועט דער ראש ישיבה אנגעקומען צו די גאלדערסגרין געגנט אין לאנדאן, און איבערגעבן א טיפזיניגע שיעור בהלכה ואגדה אין זאל פון ביהמ"ד כנסת יחזקאל.


אין לויף פון די וואך וועט די ראש ישיבה אויפטרעטן מיט שיעורים אין דרשות בהיכלי התורה והישיבות, אין אזוי אויך וועלן פארקומען א צאל מסיבות אין באנקעטן לטובת די קרן הבנין פונעם נייעם ביהמ''ד פני מנחם אין לאנדאן.





bottom of page