top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אריבער "200" אלמנות אין אייראפע גרייטן זיך צום גייסטרייכער "שבת מלכתא" אנגעפירט דורך הרבנית מסאטמאר תליט"א

דאנערשטאג פ' אמור • ח' אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש


א גרויסארטיגע דערהויבענע 'שבת מלכתא' וועט אפגעהאלטן ווערן דעם שב"ק פ' אמור פאר אריבער צוויי הונדערט אלמנות אין אייראפע, ווען פולע אלמנות פון אלע לענדער און שטעט אין אייראפע וועלן קומען צו פארן מיטצוהאלטן די דערהויבענע שבת און חיזוק אין שפיץ פון הרבנית הצדיקת מסאטמאר תליט"א וועלכע קומט ספעציעל צו פארן צום גרויסן שבת אין באגלייטונג פון א דעלעגאציע פון געציילטע פראמינענטע נשים צדקניות פון די קהילה אין ניו יארק. 


די אלמנות פון די פולע שטעט ארום גאנץ אייראפע, אריינגערעכנט לאנדאן, שווייץ, מאנטשעסטער, אנטווערפן און וויען, וועלן קומען צו פארן צו א הערליכע רעזארט ארט נישט ווייט פון לאנדאן, א גרויסע באקוועמע ארט וואס וועט קען אקאמעדירן די פולע חשובע אלמנות.


די דערהויבענע שבת חיזוק 'שבת מלכתא' איז אין די סעריע פון עטליכע שבתים וואס די סאטמארער רעבעצען תליט"א האט שוין ָאנגעפירט אין ניו יארק און אין ארץ ישראלבמשך דעם שבת און די טעג ארום וועט מען הערן עטליכע דרשות פון הרבנית הצדיקת תליט"א און פון נאך פארשידענע רייכע רעדעס און אינהאלטספולע פראגראמען.

bottom of page