top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בתוך קהל אהללך • סעודת הודאה דורך האד' ממבקשי אמונה קארגע יאהר נאכן ליידן פון סטראוק

דינסטאג פ' בלק • י' תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

בילדער קרעדיט: שימי פ.

 

אן התרגשותדיגע מעמד סעודת הודאה איז פארגעקומען פארלאפענעם וואך בעיה"ק ירושלים דורך כ"ק אדמו"ר ממבקשי אמונה שליט"א צו דאנקען און לויבן דעם בורא כל עולמים שטייענדיג א יאהר זינט די רבי שליט"א איז ברוב רחמיו וחסדיו געראטעוועט געווארן ממוות לחיים נאכן צוזאמפאלן פארלאפענעם יאהר שבת פר' חקת וויילנדיג אין בית שמש, די מעמד איז פארגעקומען בביתו נאווה קודש פונעם רבינס שווער כ"ק אדמו"ר מקאסוב ירושלים זצ"ל אויף רח' חגי אין ירושלים.


א לענגערע צייט האט מען געזינגען ניגוני שבח והודאה, די רבי שליט"א האט משמיע געווען דברות קודש און געשילדערט די השתלשלות הענינים פון יענע שווערע מינוטן ווען ער איז צוזאמגעפאלן און איז אפגעפירט געווארן אין שפיטאל אין גאר א שמאלן מצב, די רבי האט ציטירט וואס די דאקטורים האבן דאן מעיד געוועהן אז די רבי איז אנגעקומען ממש אין די לעצטע רגעים, און איז למעלה מדרך הטבע געראטעוועט געווארן ממוות לחיים.


דערביי האט די רבי אפגעגעבן א שבח והודאה על כל החסד אשר עשה ועל אשר היגיענו עד הלום זיך ריקנדיג פאראויס צו א גענצליכע ערהוילונג בסייעתא דשמיא. דאן האט די רבי פארגעזאגט נשמת מיט גרויס התרגשות, און דער ציבור המשתתפים האט ספאנטאן זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע טענץ להודות ולהלל.




Comments


bottom of page