top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

לחדש אורה: מאסיווע איבערבוי פראיעקט ווערט אונטערגענומען אין ביהמ"ד הגדול ראחמיסטריווקא אין בארא פארק

  • 25 ביולי
  • זמן קריאה 2 דקות

עודכן: 26 ביולי

מוצאי שבת פ' ואתחנן • י"א אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

אין די טעג איז אונטערגענומען געווארן א מאסיווע פראיעקט פון הרחבת גבולי הקדושה אינעם ביהמ"ד הגדול ראחמיסטריווקא אין בארא פארק, דער מקום קדוש וואס איז די לעצטע דריי און צוואנציג יאר א תל תלפיות פאר עדת חסידי ראחמיסטריווקא און פילע אידן וועלכע האבן כסדר געשטראמט אהין להסתופף בצל קדשו פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מראחמיסטריווקא זצ"ל, און דער תל תלפיות פון מאסן חסידים וואס זענען זיך ווייטער מסתופף בצל הקודש פון בנו הגדול ממלא מקומו כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א.

דער מולטי-מיליאן דאלארדיגע פראיעקט נעמט אריין א מאסיווע איבערבוי און פארהערליכונג פונעם היכל בית המדרש הגדול, וואס וועט פארוואנדלט ווערן אלס כלילת יופי מיט א פנים חדשות'דיגע פרעכטיגע צורה, און דערצו וועט איבערגעבויט ווערן די היכלי התורה ותפלה און אלע ארומיגע איינריכטונגען, צו קענען אקאמאדירן דעם ריבוי העם בליעה"ר, אין צייט וואס דער עקזיסטירנדער בנין איז שוין שטארק אויסגעוואקסן און אפגעדינט.

די הנהלת הקהלה האט בברכתו ועידודו פון כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א אונטערגענומען דעם מאסיוון בוי פראיעקט, ווען דער גאנצער בנין הביהמ"ד פון אינענווייניג וועט ווערן גענצליך איבערגעמאכט פונדאסניי כליל בהדרו, און בלויז דער דרויסענדיגער געבוי פונעם בנין וועט פארבלייבן ווי ביז יעצט.

לויט די יעצטיגע פלענער וועט דער היכל ביהמ"ד הגדול זעלבסט פארברייטערט און פארשענערט ווערן בתכלית היופי וההידור, בנוסף וועט מען אהערשטעלן א נייע הערליכע גאלעריע פאר די עזרת נשים, און בכלל וועט דער גאנצער אויסשטעל זיין פראקטיש אהערגעשטעלט צו קענען אפרעכטן די חתונות און מעמדים בחצר הקודש אינעם ביהמ"ד הגדול.

באזונדער וועט מען איבערבויען און פארברייטערן דעם גאנצן אונטערשטן שטאק פונעם ביהמ"ד וואס רעכנט אריין די חדרי תפילה, מקווה טהרה, בתי כבוד, קאווע שטיבל און אלע צרכי ציבור לפאר ולרומם בית השם.


דער פראיעקט איז געשאצט אפצוקאסטן מיליאנען דאלארן, וואס א גרויס חלק דערפון איז נתנדב געווארן דורך הרבני הנגיד רבי יונתן שטראסער הי"ו, וועלכער האט געהאט די זכי' בשעתו צו מנדב זיין דעם יעצטיגן היכל הביהמ"ד, און די איבעריגע וועט געשאפן ווערן צווישן די חסידים, באי ומתפללי ביהמ"ד.


ווי געזאגט וועט מען אנהייבן די ארבעט אין די גאר נאנטע צוקומפט בשעת דער ציבור וויילט אין די קאנטרי און לויטן פלאן ערווארטעט מען בעז"ה צו זיין גרייט מיט די מלאכת הבני' שוין אזוי שנעל לקראת די ימים הנוראים שנת תשפ"ז הבעל"ט.


תגובות


bottom of page