האד' מבאבוב קויפט אפ זכות פון נייעם בנין המקוה אין לינדען לע"נ אמו הרבנית מבאבוב ע"ה; קורצע באזוך פון רבי'ן אין שטאט
- sfbechatzros
- לפני שעתיים
- זמן קריאה 2 דקות
מאנטאג פ' כי תבא • ט"ו אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש

די הונדערטער תושבים פון די בליענדע ישוב אין שטאט לינדען והגלילות האבן מיט גרויס איבעראשונג אויפגענומען די גאר דערפרייענדע בשורה אז די מקוה המפוארה וואס ווערט געבויעט אין שטאט לינדען, האט זוכה געווען אז דער רבן של ישראל כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א האט אפגעקויפט איר זכות, לעילוי נשמתה פונעם אמה של מלכות הרבנית הצדיקת מבאבוב ע"ה ועל שמה יקרא מקוה טהרה – אהל פרידא. דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג – ביום י”א אלול אין טאג פון די יארצייט פון די באבובער רעבעצין ע”ה האט דער באבובער רב שליט"א באזוכט אין שטאט לינדען נאכן מתפלל זיין על קברה פון אמו הרבנית ע"ה אויפן באבובער בית החיים אין ניו דזערזי. דער רב שליט"א איז צוגעפארן צום ארטיגן באבובער תלמוד תורה וואס איז דעם זומער אפגעקויפט געווארן דורך די הנהלת המוסדות און ארומשפאצירט אינעם בנין.
שפעטער אין טאג פארגעקומען אן אסיפה בביתו נאוה קודש פון כ”ק אדמו”ר מבאבוב שליט”א ווי עס זענען אריין אל הקודש פנימה די רבנים און עסקנים פון די נייע שטאטישע מקוה טהרה וואס ווערט געבויעט אין די שטאט לינדען און האבן איבערגעגעבן א באריכט איבער די פארשריט אויפ'ן ארט ווען די מקוה האלט שוין ב"ה אין די לעצטע שטאפלען, אריינצוגיין אין באנוץ לשמחת לבם פון די הונדערטער איינוואוינער אין לינדען והגלילות.
בין השיחים האט זיך דער רב שליט"א נאכגעפרעגט בפרטיות איבער אלע חומרות והידורים וואס מען האט איינגעשטעלט אין די מקוה און די עסקנים האבן דערביי אויסגעשמועסט די שווערע לאסט וואס זיי טראגן צו קענען דעקן די ריזיגע קאסטן פון דעם מאסיווע פראיעקט וואס האט אריינגעצויגען אין די שווערע מיליאנען.
דער רב שליט”א האט דאן איבעראשט די עסקנים און אויפן פלאץ אויסגעדרוקט רצון קדשו אפצוקויפן דעם שם הבנין פון די נייע בנין המקוה טהרה לעי”נ אמו הרבנית הצדיקת מבאבוב ע”ה שטייענדיג אין די טאג פון די יארצייט, גייענדיג בדרכיו פון אביו הגדול הרה"ק בעל דברי שלמה מבאבוב זצ”ל וואס האט במשך השנים אויך געלאזט בויען א מקוה לעי”נ אמו הרבנית מבאבוב ע”ה אשת חבר הרה"ק בעל קדושת ציון מבאבוב זי"ע הי"ד.דער רב שליט"א האט מחזק געווען די עסקנים ווייטער אנצוגיין מיט די עבודת הקודש און פארשפראכן צו שאפן די הוצאות פונעם נייעם מקוה און דערמיט אפקויפן דעם שם הבנין וואס וועט גערופן ווערן לדורות עולם "בנין אהל פרידא". אשריכם ישראל לפני מי אתם מטהרין.




