top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ויהי בימי קציר חטים • יערליכע ווייץ שניט אין מושב יסודות שע''י העדה החרדית דורך הראב''ד וחברי הבד''ץ

דאנערשטאג פ' נשא - י"ב סיון תשפ"ג | קול בחצרות


נעכטן אין די נאכמיטאג שעות נאכן איבערגעבן די וועכענטליכע שיעור כללי בהיכל ישיבתו אין בית שמש, איז מרן פוסק הדור כ"ק ראב"ד ירושלים שליט"א צוגעפארן קיין 'מושב יסודות' צום יערליכער ווייץ שניט ביי די מהודר'דיגע ווייץ פאר די מצות פונעם קומענדיגן חג הפסח תשפ"ד הבעל"ט, און זיך אומקוקן אויפן פראצעדור פונעם קצירת חיטין אין יסודות אונטער די השגחה פון די עדה החרדית.


עס זענען אנוועזנד געווען די משגיחים פון וועד הכשרות שע"י העדה החרדית, אינאיינעם מיט די ראשי רבני הוועד הכשרות, אזוי אויך האט זיך אנגעזעהן דער רב פונעם ישוב הרב הגאון רבי יעקב חיים קליין שליט"א.


דער ראש בית דין איז אנגעקומען אין באגלייטונג פון מרנן ורבנן חברי הבד"ץ הגאון הגדול רבי חיים אורי פריינד שליט"א, הגאון הגדול רבי יהודה פישער שליט"א און הגאון הגדול רבי שמעון יצחק שלעזינגער שליט"א. די חברי הבד''ץ האבן אליין געשניטן ווייץ פאר די מצות, דערנאך זענען די חברי בד''ץ ארויף אויפן קאמביין מאשין און דערמיט געשניטן די ווייץ פאר די מצות.


נאך א וויילע איז דער ראש בית דין אראפ צום פעלד אין בשארית כוחותיו אליינס געשניטן די ווייץ, מקיים צו זיין דעם "מצוה בו יותר מבשלוחו". נאכן שניידן די ווייץ, האט דער ראש בית דין שליט"א געבעטן פון מקורבו ספרא דדיינא הרה"ג ר' יצחק שלמה בלוי, אז ער זאל ארויפלייגן דעם זיגל פונעם הכשר הבד"ץ אויפן זאק פון די ווייץ וואס ער האט געשניטן, און אים געשטעלט פאר א שליח צו אכטונג געבן אויף די ווייץ עס זאל זיין 'מצוות שמירה'.


דאן האט דער רב שליט"א אנגעוואונטשן די ארטיגע איינוואוינער 'שומרי שביעית', וואס זענען ספעציעל אריבערגעקומען מקבל זיין ברכת קדשו פונעם ראש בית דין.














bottom of page