top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

היסטארישער באזוך אדמו"ר מסאטמאר אין ביורא פון געוועזענעם פרעזידענט טראמפ יר"ה יעצט אין מאנהעטן

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 18 בספט׳ 2024
  • זמן קריאה 1 דקות

עודכן: 3 בנוב׳ 2024

מיטוואך פ' כי תבוא • ט"ו אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

ree

אין א העכסט דראמאטישע אנטוויקלונג ווערט יעצט געמאלדן די גאר ברעכנדע נייעס אז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א איז אצינד אנגעקומען קיין מאנעהטן, וואו ער וועט אפהאלטן א זיצונג אין די אפיסעס פונעם געוועזענעם פרעזידענט און יעצטיגע פרעזידענט קאנדידאט דאנאלד טראמפ יר"ה, אינאיינעם מיט נאך עסקנים, וואו מען האפט צו שתדל'ען פאר א פלאן פון א פעדעראלע הילף צו באשיצן יהדות ניו יארק פונעם "גזירת החינוך"!


דער באזוך איז צושטאנד געקומען נאכדעם וואס די טראמפ קאמפיין טיעם האט אין די לעצטע שטיק צייט ארומגערופן צו די היימישע שתדלנים ועסקנים, ארויסקוקנדיג אויפ'ן שטיצע פונעם מאסיוון בלאק וואוט פון "אנ"ש חסידי סאטמאר" אין קרית יואל און אין ברוקלין, און נאך מערערע דיונים איז געווארן אויסגעשטעלט אן אופן פון אויסנוצן דעם געלעגנהייט פאר א השתדלות אויף א גרויסער פלאן וויאזוי די פעדעראלע רעגירונג זאל העלפן צעמענטירן א הצלה-פלאן קעגן די גוזרי גזירת החינוך, און אויף דעם צוועק איז באשטימט געווארן דער מיטונג.


דער זיצונג קומט פאר יעצט 10:00 פארמיטאג אין דער "טראמפ טאוער" אין מאנהעטן, פאלגט נאך ווייטערדיגע אנטוויקלונגען.

תגובות


bottom of page