top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

כאחד החסידים • הגה"צ ר' ברוך מרדכי מינצבערג רב קהילת המתמידים אויף די פארענטשעס אין תולדות אהרן

זונטאג פ' שמות • י"ט טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש


אן אינטערסאנטע עפיזאד האט זיך אפגעשפילט דעם פרייטאג צונאכטס בחצר הקודש תולדות אהרן, ווען אינמיטן טיש האבן די גבאים באמערקט אויף די פארענטשע, הגה"צ ר' ברוך מרדכי מינצבערג שליט"א רב קהילת המתמידים, שטייענדיג אויף די פארענטשעס כאחד האדם צווישן די חסידים אן ציען אויפמערקזאמקייט פון די אנוועזנדע ביים טיש.


הגאון הרב מינצבערג וועלכער פירט דעם שיינעם קהילה עדת ירושלים המתמידים, זינט די פטירה פון זיין פאטער הגה"צ ר' לייב מינצבערג זצ"ל, וואוינט אין שטאט ביתר במקום מושבו, טראץ וואס די הויפטקוואטיר פון די קהילה געפונט זיך אין ירושלים. דעם שב"ק פרשת ויחי האט ער געוויילט אין ירושלים בקרב בני קהילתו, און נאך די באטע בבית מדרשו אין בתי ווארשא, איז דער רב אריבער צום גרויסן ביהמ"ד דחסידי תולדות אהרן, וועלנדיג מיטהאלטן די טיש ביי כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א.


דער רב וועלכער איז באקאנט מיט זיין פשטות און ענוות חן דקדושה, האט זיך ארויפגעשטעלט אויף די פארענטשע כאחד החסידים, און מיטגעהאלטן די עבודת הקודש פונעם תולדות אהרן רבי'ן שליט"א. אינמיטן האט איינער פון די גבאים באמערקט דעם רב אויף די פארענטשעס, און אים אראפגערופן צו זיצן הארט נעבן דעם רבי'ן. שפעטער האט דער תולדות אהרן רבי מכבד געווען דעם רב מיט ברכה אחריתא, ווען מיט ברכות ראשונות איז מכובד געווארן דער נייער געקרוינטער חבר הביד"ץ הגאון הגדול ר' אהרן בראנדסדארפער שליט"א.

Comments


bottom of page