top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הגה"צ רבי ארי' מרדכי ראבינאוויטש שליט"א רב דקהל יראים אין בודאפעסט באזוכט ביי האד' מקאשוי

מאנטאג פ' בלק • ט' תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

פארגאנגענעם זונטאג אווענט איז אנגענומען אויף א באזוך צו כ"ק אדמו"ר מקאשוי שליט"א הרה"ג רבי ארי' מרדכי ראבינאוויטש שליט"א דער רב פון די ארטאדאקסישע קהילה "קהל יראים" אין בודאפעסט-אונגארן. דער רב שליט"א איז געקומען אין באגלייטונג פון הרה"ג ר' יעקב מנחם שטייף שליט"א דומ"ץ קאשוי ומו"ץ התאחדות הרבנים, אן אייניקל פון הגה"ק רבי יונתן שטייף זצ"ל גאב"ד עדת יראים וויען ומלפנים ראב"ד בודאפעסט, וועלכער איז שוין לאנגע יארן אקטיוו ארויסצוהעלפן די ארטיגע קהילות בכל צעד ושעל.


די רבי שליט"א האט זיך נאכעגפרעגט איבער דאס וואוילזיין פון די קהילה אין בודאפעסט, און האט ארויסגעוויזן גרויס קורת רוח הערנדיג ווי מען איז זיך ב"ה מחזק, און מען שטייט על המשמר אז די קהילה זאל פארבלייבן אויפ'ן ערליכן שטייגער בלי שום שינוי, כמסורה לנו מדור דור. ספעציעל האט דער בודאפעסטער רב שליט"א ארויסגעברענגט איבער דאס ערעפענונג פון דעם בארימטן 'חברה ש"ס' שול אין בודאפעסט, וואס טראגט א באזונדערער חשיבות, נאכדעם וואס זי איז געווען די אכסניא של תורה פון ישיבתו הרמה פון הרה"ק מקאשוי זי"ע אין שטאט 'פעסט' בימי הרס עולם אין די מלחמה יארן. די רבי שליט"א האט דאן מכבד געווען דעם חשוב'ן גאסט מיט לחיים, און אנגעוואונטשן ברכת קדשו להגדיל תורה ולהאדירה, מען זאל קענען אנגיין ווייטער מיט די עבודת הקודש אן קיין עגמת נפש.


ביים ענדע האט דער בודאפעסטער רב איבערגעגעבן פארן רבי'ן שליט"א וויפיל די הייליגע קהילה אין בודאפעסט נויטיגט זיך אין חיזוק, און די שטארקע הילף וואס מען דארף האבן צו קענען ווייטער אנגיין און ממשיך זיין אויפ'ן ביז יעצטיגן שטייגער ביתר שאת, און די רבי שליט"א האט פארגעלייגט עז רצון קדשו ארויסצוהעלפן די קהילה כפי יכלתו. דער בודאפעסטער רב האט אבער דערויף רעאגירט, אז טראץ וואס 'חיזוק' באדייט טאקע אויך הומאנאטארישע הילף צו קענען אנגיין מיטן חיי יום יום, איז אבער נאך מער וויכטיג דער חיזוק בנפש וואס פעלט זיך אזוי קריטיש וויכטיג אויס, און דעריבער וואלט געווען א גרויסע געווינס, אז דער רבי שליט"א זאל קומען אפשטאטן א באזוך דארט אין שטאט, און אריינברענגען א טל של תחי' אין די דארטיגע אידן וועלכע לעכצן און קוקן אזוי ארויס צו הערן דברי חיזוק און מקבל זיין הדרכה באורח החיים. די רבי האט מאציל געווען ברכת קדשו מיט טללי חיזוק פארן חשוב'ן גאסט, און דערנאך ארויסבאגלייט ביז צו די קאר ביותרת הכבוד.



Comments


bottom of page