top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מערקווירדיגער געשיכטע: געהויבענער חסיד געזעגנט זיך פון רבי'ן טעלעפאניש בעפאר'ן אוועקגיין לחיי העוה"ב

מאנטאג פ' ואתחנן • ח' אב תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

 

אין ירושלים עיה"ק איז נעכטן נפטר געווארן איינער פון די געהויבענע חסידי באיאן, הגה"ח ר' שמואל אהרן בוימל ז"ל וועלכער איז געווען א תלמיד חכם עצום וואס איז געזעצן און געלערנט כל ימיו, און אין צוזאמענהאנג מיט זיין פטירה איז באקאנט געווארן א מורא'דיגע געשעהניש וואס איז דאס געשפרעך פון טאג צווישן חסידי באיאן אז דער חשוב'ער נפטר ז"ל וועלכער איז געווען געזונט און שטארק האט אין די לעצטע טעג מודיע געווען פאר זיין משפחה אז ער מרגיש אז זיינע טעג זענען געציילטע און ער שפירט ווי ער גייט שוין פון דעם עולם, און ער האט זיך הארציג געזעגענט פון זיין משפחה.


ר' שמואל אהרן האט דערנאך גערופן דעם באיאנער רבי'ן שליט"א אויפ'ן טעלעפאן קיין חלאדודנא – וואו דער רבי האט זיך אויפגעהאלטן אויף אפרוה - און האט געזאגט פאר'ן רבי'ן אז ער שפירט אז ער דארף שוין גיין פון דער וועלט און ער וויל זיך געזעגענען.


ס'איז דאן געווען גאר א רירנדער מאמענט ווען דער רבי שליט"א האט זיך געזעגנט מיט זיין געטרייען חסיד, צום ערשט האט דער רבי אים מחזק געווען אז עס וועט זיין גוט און דערביי האט דער רבי מיט אים אינאיינעם געזינגען דורכ'ן טעלעפאן 'אדון עולם', און דאן האט אים דער רבי געזאגט אז ער האט נישט וואס מורא צו האבן ווייל זיין כח התורה וועט אים באגלייטן דארט אויבן און וועט אויך ביישטיין פאר זיינע קינדער דא אויף דעם עולם, ר' שמואל אהרן האט באדאנקט דעם רבי'ן אויף אלע יארן וואס ער האט זוכה געווען צו זיין מקושר לאילנא דחיי, און דערנאך האבן זי זיך גאר הארציג געזעגנט. און טאקע נעכטן זונטאג נאכמיטאג האט ר' שמואל אהרן אויסגעהויכט זיין נשמה, און די לוי' איז ארויסגעגאנגען פון באיאנער קלויז אין ירושלים.

Comments


bottom of page