top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

המוני תלמידי וידידי בית 'קאשוי' פארזאמעלט ביי מעמד נשגב 'הנחמדים' לטובת ישיבה ומתיבתא "אהל רפאל קאשוי"

דינסטאג פ' בשלח • י"ג שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש


א מאסן שטראם, פון שווערע הונדערטער חסידי תלמידי וידידי בית קאשוי, האט דעם פארלאפענעם מוצש"ק וארא זיך אנגעזען אין די וויליאמסבורגער גאסן, ווען אלעמענס טריטן זענען געווען געוואנדן צו די פראכטפולע 'קאנטינענטעל' זאלן, וואו עס איז אפגעראכטן געווארן דער דינער השנתי לטובת דעם בית גדול שמגדלין בו תורה ויראה "ישיבה ומתיבתא אוהל רפאל קאשוי", וואס דער מעמד פאר זיך איז אן איבערלעבעניש וואס קיינער פון די קאשויער תלמידים ווילן נישט פארפאסן, דינענדיג אלס יערליכער התכנסות פון חיזוק און התעלות, ווען מען עראינירט זיך ווידער מיט די הייליגע זכרונות פונעם האי צדיק וקדוש דער הייליגער קאשויער רב, וועלכער האט איבערלאזט זיין הייליגן חותם אויף עדת צאן מרעיתו ביזן היינטיגן טאג, און מען פרישט זיך אויף מיט די הדרכות ישרות און דרכי ההשקפה וואס דער צדיק האט געלערנט, און האט איבערגעלאזט למורשה פאר די דורות הבאים.


און יא, יאר יערליך קומענדיג צום גרויסארטיגן מעמד, ווערט דאס הארץ ווידעראמאל אויסגעברייטערט פון פרייד, זענדיג פאר די אויגן דעם לגיון של מלך וואס דער קאשויער רב זי"ע האט אוועקגעשטעלט, דער הייליגער פייער און אינערליכער ווארימקייט למען ד' ותורתו הקדושה, וואס דאס איז דער געמיינזאמער פלעמעלע וואס ברענגט אלעמען צונויף, דאס ווארימקייט און הארציגע ליבשאפט צו דעם בית ד', דער הייליגער מקום קדוש פון וואו אזויפיל הונדערטער און טויזנטער תלמידים האבן במשך השנים זוכה געווען צו שעפן די לויטערע וואסער, דער באר מים חיים פונעם שפרידלדיגן קוואל פונעם גרויסן מייסד הרה"ק מקאשוי זי"ע, ולאחריו בנו הגדול ממלא מקומו כ"ק אדמו"ר בעל שיח חיים זצוק"ל, ביז צום היינטיגן טאג ווען מען איז זוכה ווייטער זיך צו שיצן תחת דגלו פונעם ממשיך השלשלת בגאון ועוז כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א.


אן ערהאבן בילד האט זיך אנטפלעקט פאר די אויגן אריינקומענדיג אין זאל, ווען אן אומגעהויערער פלייץ פון חסידים ומעריצים והורי התלמידים, און ספעציעל די הונדערטער אברכים תלמידי יוצאי הישיבה, פילן איבער דעם גרויסן זאל פון ברעג צו ברעג, קומענדיג מיט אנטשלאסנקייט ארויסצונעמען זייער טייל בהחזקת התורה, און שענקען אן פאר די הייליגע ישיבה און אירע הונדערטער בחורי חמ"ד המסולאים בפז, אינערהאלב די סניפי ישיבה קטנה וגדולה אין ברוקלין ניו יארק.


א הערליכער בימת הכבוד האט זיך געצויגן על פני המזרח, וועלכע איז באשיינט געווארן דורך די פילע רבני העיר שליט"א, ראשי ישיבה ומרביצי תורה, ובתוכם בני רבינו זי"ע - הרה"צ רבי שאול שלום שליט"א, הגה"צ אבד"ק תולדות רפאל קאשוי שליט"א, הגה"צ אבד"ק קאשוי וומסב"ג שליט"א, און גיסו הגה"צ אבד"ק פאיע וחבר ביד"ץ דקיט"ל שליט"א.


אזוי אויך האט זיך אנגעזען אויפן בימת הכבוד - הגה"צ אבד"ק סאטמאר ירושלים שליט"א, אבד"ק מישקאלץ שליט"א, אבד"ק בארדיטשוב שליט"א, אבד"ק לאנדסבערג שליט"א, אבד"ק ניימארק שליט"א, אבד"ק סאווראן שליט"א, אב"ד אהל צבי שליט"א, אבד"ק נייטרא שליט"א, אבד"ק תהלות ישראל שליט"א, אבד"ק נאנאש שליט"א, אבד"ק טעטה שליט"א, אבד"ק אור לישרים שליט"א, אבד"ק נדבורנא שליט"א, אבד"ק סיקסא שליט"א, אבד"ק קאמינקא שליט"א, אב"ד אפטא שליט"א, אבד"ק קשאנוב שליט"א, אב"ד אדאני שליט"א, אב"ד מאקאווא שליט"א, אב"ד קאפיש מאנסי שליט"א, אב"ד סאמבור שליט"א, אב"ד אליק שליט"א, אב"ד ריינזוב שליט"א, דומ"ץ צעהלים שליט"א, דומ"ץ קיט"ל מירטל שליט"א, דומ"ץ סאמבעטהעלי שליט"א, הגה"צ רבי זושא כ"ץ שליט"א דומ"ץ בקיט"ל שליט"א, הרה"ג רבי יעקב מנחם שטייף שליט"א דומ"ץ בקהלתינו ובהתאחה"ר, הרה"ג רבי יואל פאשקעס שליט"א מו"ץ בקיט"ל וראש כוללינו, הרה"ג ר' נפתלי הירצקא בערגער שליט"א -דומ"ץ מישקאלץ וראה"כ ספינקא, הרה"ג ר' שמעלקא פריעדמאן שליט"א-דומ"ץ בהתאחה"ר-וביה"ר פאפא, הגאון רבי יצחק דוד פריעדמאן שליט"א, הרה"ג רמ"י יאקאבאוויטש שליט"א, הרה"ג ר' יושע שערנפעלד שליט"א, הרה"צ מראצפערט שליט"א, ועוד. און די רמ"י ומרביצי תורה ומנהלי הישיבות צווישן זיי: אדמו"ר מסטרעטין שליט"א,


ועל צבאם האט מען ביראת הכבוד והתרוממות הנפש, געהאט די זכי' מקבל צו זיין פני הקודש פונעם גרויסן מנהיג העדה וריש מתיבתא כ"ק מרן אדמו"ר מקאשוי שליט"א, וועלכער האט מפאר געווען בראש פונעם מעמד נשגב, למען התורה ולומדי'.












































bottom of page