top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ביקור תנחומין פון האד' מספינקא ביי אחיו האד' מספינקא אין בני ברק

מיטוואך פ' חוקת • ד' תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א וואס איז אנגעקומען צוגאסט קיין ארץ הקודש לרגל די חתונה פון אן אייניקל וואס איז פארגעקומען נעכטן דינסטאג אין קרית צאנז נתני' האט היינט נאכמיטאג אפגעשטאט א ביקור תנחומין ביים ברודער כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א אין בני ברק, שטייענדיג נאך די שלושים צו די טראגישע פטירה פון בתו מרת דייטש ע"ה וואס איז ליידער פריצייטיג אוועקגעריסן געווארן, א לענגערע וויילע האבן די ברודער האדמור"ים פארברענגט ברודערליך אינאיינעם שמועסנדיג זכרונות פון אמאל און שיינע ענינים, נאכן באזוך האט דער ספינקא רבי ארויסבאגלייט אחיו הגדול, ונפרדו לשלום איידער די ספינקא רבי קערט זיך אהיים קיין בארא פארק.



1 Comment


וואסארא תנחומין און קאפ אריין????

שוין 3 חדשים נאכן פטירה.

זיי האבן שוין גערעט פון דעמאלץ מער פון איין מאל..


Like
bottom of page