מונטאג פ' נצבים וילך - י"ח אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש
נעכטן זונטאג האט זיך כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א צוריק געקערט למעון קדשו אין וויליאמסבורג נאכן וויילן דורכן זומער אין קרית פאפא וועסטששעסטער בקרב די תלמידי הישיבה גדולה וועלכע האבן זיך דורכאויס די זומער חדשים דערהויבן מעלות רמות בתורה ועבודה און זיך אנגעשעפט מלא חפניים חיות דקדושה ביי די לעכטיגע שבתים בצילא דמהימנותא אין קרית מלך רב.
דורכאויס די לעצטע וואך האט די רבי שליט"א פארהערט די תלמידי הישיבה יעדע כיתה באזונדער אויף די לימודים פונעם זומער, און מאציל געווען מברכות קדשו פאר יעדע בחור באזונדער, אזוי אויך זענען אריין אל הקודש פנימה די בחורים וואס זענען אנגעשלאסן אינעם חבורה 'להתחזק' קעגן פגעי הטעכנאלאגיע, ווי די רבי האט זיי געשאנקען א ספר מיט אן הקדשה בחתימת יד קדשו.
שבת איז געפראוועט געווארן אויף א געהויבענעם פארנעם, כמידי שבת בשבתו האט די רבי אפגעראכטן די תפילות און טישן אינאיינעם מיט די בחורים, מוצאי שבת איז געפראוועט געווארן די מעמד ה'באגלייטן' בשירה וזמרה בתופים ובמחולות, פארנט פון ביתו נאווה קודש, וואו די רבי איז ערשינען אויפן פלאטפארמע אין משמיע געווען ווארימע ברכת הקודש אין דברי פרידה פאר די בחורים.
Comments