top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 23 בנוב׳ 2023
  • זמן קריאה 4 דקות

עודכן: 30 בנוב׳ 2023


ree

דאנערשטאג פ' ויצא • י' כסלו תשפ"ד | בחצרות הקודש

אין די כתר מלבושים געשעפט אין אמעריקע, האט קרישקעס באמערקט דער לעגענדארער בעלזא משב"ק הרב שמעון וואלף קליין ביים איינהאנדלען א נייעם בעקיטשע.

ree

אויך הרב פנחס שטרנבוך נכדו חביבו ונאמן ביתו פונעם פוסק הדור הגאון רבי משה שטערנבוך איז געקומען אן קויפן א נייעם קאפטן פארן זיידן.

ree

יושב ראש אגודת ישראל אין אמעריקע הנגיד ר' שלמה ווערדיגער אויף א באזוך אינעם אכסניא פון האדמו"ר מויזניץ אין וויליאמסבורג, ויוי ער האט איבערגעגעבן א באריכט איבער די פעולות נשגבות פון אגודת ישראל למען אחינו בני ישראל בארץ ובגולה.

ree

האחים האדמורי"ם מבישטינא שליט"א בסוד שיח ביים חתונה די וואך בשמחת בית מונקאטש - באסטאן.

ree

חסידים ואנשי מעשה • חסידי וויזניץ ווערן געזען שטיין ביים פענסטער שבת נאכמיטאג צו קענען מיטהאלטן די מיטאג-טיש פון האדמו"ר מוויזניץ שליט"א וואס איז געפראוועט געווארן אין וויליאמסבורג באופן פרטי מיט די בני המשפחה.

ree

א שיינעם ריקוד ביי די חתונה די וואך פון אן אייניקל ביי האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק ווען די רבי שליט"א האט אראפגערופן אלע אייניקלעך פון די פארענטשעס צו טאנצן אינאיינעם.

הונדערטער חסידי וויזניץ וויליאמסבורג ביים ארויסבאגלייטן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ וויליאמסבורג שליט"א איידערן פארלאזן ניו יארק אויפן וועג קיין ארץ הקודש, לקראת די מסע הקודש לרגל די חתונה פון אן אייניקל.

ree

האחים האדמורי"ם מסקולען און סקולען לעקוואד ביים פאררייכערן א ציגרעטל כנהוג מוצאי שבת, נאכדעם וואס די סקולען'ע רבי פון לעקוואד האט געוויילט אויף שבת בצל אחיו הגדול אין בארא פארק.

ree

נאכן ברית לבן הנולד ביי הרה"ג ר' יצחק אונסדארפער שליט"א רב דקהל שבילי דוד אין די אוקענוויין געגנט אין לעיקוואד, האט זיך פארמירט א שיינע שמועס צווישן עטליכע גדולים, הגאון הגדול ר' מלכיאל קאטלער שליט"א ר"י בית מדרש גבוה, הגאון ר' אהרן זילבערשטיין שליט"א דומ"ץ צעהלים, און די בעלי שמחה.

ree

האדמו"ר מבישטינא ווערט געזעהן אויף א באזוך אינעם הויפטקוואטיר פון חב"ד אין בית מדרש הגדול חב"ד - 770 אין קראון הייטס.

ree

דער קוזמירע רבי שליט"א ביי די געהויבענע ריקודין לפני הכלה ביים שמחת החתונה די וואך בשמחת בית תורת חכם - אשלג.

די ברידער'ס פונעם כלה קינדער פון כ"ק אדמו"ר מאשלג אבן עזרה ביים משמח זיין מיט קאדאטשקע ביים מצווה טאנץ.

חבר כנסת ר' משה גפני אין א שמועס בענינים העומדים על הפרק מיט מרן הגאון רבי דוב לאנדא ביים שמחת השבע ברכות פון א אייניקל.

אַחִים אֲנָחְנוּ • כ"ק אדמו"ר מליזענסק שליט"א בסוד שיח מיט אחיו הגה"צ רבי ברוך שטערן אב"ד מירון מאנסי, ביים שמחת התנאים לבת האדמו"ר מליזענסק שליט"א די וואך מוצאי שבת.

ree

כ"ק אדמו"ר מערלוי שליט"א לרפו"ש די וואך ביים גרויסן פארהער פאר די אבריכי הכוללים דחסידי ערלוי אין ירושלים.

האדמו"ר מסאטמאר ביי די שמחת השבע ברכות פון אן אייניקל פון הרבני הנגיד ר' ישראל גאלדבערגער מגדולי תומכי מוסדות סאטמאר וואס איז פארגעקומען אין קרית יואל.

ree

מירון באמעריקע • ביים שמחת החתונה אין חצר הקודש תולדות צבי ספינקא האט קרישקעס באמערקט די בחורים פון די בארימטע ישיבה גדולה נועם אלימלך ליזענסק ביים משמח זיין דעם חתן.

ree

דער בעל מנגן ר' אברהם מרדכי שווארץ ביים מקבל זיין ברכת הקודש פון רבו האדמו"ר מתולדות צבי ספינקא ביים חתונה פארלאפענעם וואך.

ree

פילע רבנים אין ארץ ישראל זענען ערשינען מיט א בריוו צו מחזק זיין די געטרייע זק"א וואלונטירן וועלכע ארבעטן אן אויפהער צו פארזיכערן כבוד המת, מיט די ריזיגע צאל פארגאסענע אידיש בלוט, נאך די כאמאס טעראר אטאקע אקטאבער זיבן.

ree

ביים שמחת התנאים די וואך פון הכלה בת האדמו"ר מראחמיסטריווקא לינדען, האבן זיך אנגעזעהן בראש השמחה די ברידער'ס האדמור"ים לבית ראחמיסטריווקא.

ree
ree

האדמו"ר מזוועהיל ביי תפילת מנחה אויפן פליגער, אויפן וועג אהיים קיין ארץ הקודש נאכן ווייל אויף א באזוך אין ניו יארק.

ree

האדמו"ר מקאסאן הילקרעסט האט געשיקט א מכתב קודש צו האדמו"ר מצאנז, איבערצוגעבן א גריס נאכן זעהן די תלמידים פון ישיבת צאנז אויפשטיין פארטאג'ס ביים שבת התאחדות, און לערנען מיט גרויס התמדה. דער צאנזער רבי איז זייער נתרגש געווארן און צוריקגעשריבן א מכתב קודש, וואס איז געהאנגען געווארן אין קאסאנער ביהמ"ד אין הילקרעסט.

ree

הרב מיכאל אליעזר פרידמאן משב"ק האדמו"ר מנדבורנה ביים אפנעמען ברכת מזל טוב ביי האדמו"ר מבעלזא לרגל די שידוך שליסן פון זבנו החתן.

ree

האדמו"ר מראחמיסטריווקא מאנסי ביים מנחם אבל זיין משפחת דייטש מחסידי ראחמיסטריווקא אין מאנסי, נאך די פטירה פון זייער טאטע ע"ה.

ree

הרה"צ רבי יוסף ברייאר, בנו בכורו פון האדמו"ר מבאיאן, ביים מעמד התחלת כתיבת האותיות אויף די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הנגיד ר' אלי רבינוביץ.

ree

ובלכתך בדרך • האדמו"ר מסטריקוב י-ם ביים עוסק זיין בלימוד התורה אינעם קאר אויפן וועג צום שמחת החתונה פון אן אייניקל ביים פעטער האדמו"ר מסטריקוב אין בני ברק (קרעדיט: איתי קצב).

ree

דער געפאלענער זעלנער אסף ראזענצווייג הי"ד ווערט געזען אנטיילנעמען ביי א טיש פון יבלחט"א דער ראש ישיבה הגאון רבי שאול אלתר וועמען ער האט געהאלטן פאר זיין רבי מובהק. אסף איז געפאלן אין שלאכטן די וואך אויפן פראנט אין עזה.

ree

האדמו"ר מסאדיגורה ביי ניחום אבלים די וואך ביי מקורבו הרב אברהם יעקב זילברשלג וואס זיצט אין די טעג שבעה על פטירת אחיו ז"ל.

ree

האדמו"ר מפינסק קארלין האט קרישקעס באמערקט די וואך אין אתרא קדישא מירון, ווי די רבי איז אנגעקומען אין די פארטאג'ס שעה'ן איינער אליין כאחד האדם, אן די באגלייטונג פון די משמשים.

ree

האדמו"ר מלייפניק שליט"א פון ארה"ק אויף א באזוך די וואך ביי הרה"צ רבי קלמן הלברשטאם שליט"א אב"ד צאנז ק"י בהיכל ישיבתו ישיבה גדולה ד'סאטמאר סניף קדושת יואל אין קרית יואל.

ree

קרישקעס האט באמערקט ביים שמחת החתונה בבית תורת חכם – אשלג, די לעגענדארער בעל מנגן ר' מרדכי בן דוד ווערדיגער, און ר' בערי וועבער וועלכע זענען געקומען צו פארן פון אמעריקע לכבוד די שמחה בבית רבום הגה"צ רבי איטשע מאיר מארגענשטערן שליט"א.

ree

א נייע איחוד הצלה אמבולאנס וואס איז באנייט געווארן אין די יעצטיגע שווערע מצב בארצינו הקודש, בנדבת ליבו פון הרבני הנגיד ר' בערי ווייס, אין אנדענק פון זיין שווער דער לעגענדארער בעל מנגן און משמח אלוקים ואנשים ר' מיכאל שניצלער ע"ה.

ree

הרב דוד מרגלי יו"ר מאקאווא העולמי ונאמן ביתם פון גדולי ישראל האט זיך די וואך פערזענליך געטראפן אין א זיצונג מיטן אונגארישן אמבאסאדער אין ארץ ישראל, מר. זולט סנדרג'י, ווי ער האט זיך הארציג באדאנקט פאר די געטרייע הילף אין שתדלנות, מיט א האלבע יאר צוריק ווען ער איז דארט געלעגען אין שפיטאל על ערש דווי.

ree
ree

קרישקעס וועכנטליכע מזל טוב'ס:


א ברכת מזל טוב פאר הרב מרדכי בריסק, יו"ר קהל מחזיקי הדת בעלזא, לרגל שמחת נישואי בנו בשעה טובה ומוצלחת ולמזל טוב.

א ברכת מזל טוב פארן עסקן ר' שמוליק כהנא מעסקני ק"ק וויז'ניץ אין אלעד לרגל שמחת נישואי בתו בשעה טובה ומוצלחת ולמזל טוב.

תגובות


bottom of page