top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

  • לפני 30 דקות
  • זמן קריאה 7 דקות

דאנערשטאג פ' אחרי קדושים • ו' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

פנינים יקרים פון הגה"צ אבד"ק לימינוב שליט"א ביים מסיבת לחיים דעם ג' אייר אין די "בנינו דירה" אין קערעסטיר, לידו פונעם רב ווערט געזעהן דער מנהל ומייסד האירגון העסקן ר' יעקב אליעזר שישא לרפו"ש.


האדמו"ר מפארשעי איז מעתיר ביים ציון הק' פונעם זיין הרה"ק רבי ישעי'לע קערעסטירער זי''ע דעם ג' אייר.


הרב ר' מענדל רובין שליט"א, מנכדי הרה"ק רבי ישעי'לע מקערעסטיר, ביים פארהאנדלן מיט די לעגענדארע פילאנטראפן און נגידים החשובים ר' יואל לאנדא הי"ו, ר' אברהם יודא גאלדבערגער הי"ו, און ר' דוד געפנער הי"ו, איבער'ן זכות נצחי זיך איינצוקויפן אינעם נייעם בית המדרש אין קערעסטיר.


הויז אייגנטומער אין בני ברק לייגט ארויס אמונה'דיגער טאוול, נאכדעם וואס זיין הויז איז גענצליך פארניכטעט געווארן פון אן איראנער מיסל.


א לאקאלע גוי אין ליזענסק גנבעט זיך אריין אינעם שאטער בשעתן דאווענען שבת אינדערפרי ביים שבת המרומם אין שפיץ פון האדמו"ר מוויזניץ וויליאמסבורג סמוך ונראה צום ציון הק' אין ליזענסק.


האדמו"ר מרעטשניף כפר עטה ווערט געזעהן בין ההרים והגבעות אין דרום ארץ ישראל וואו דער רבי וויילט די יעצטיגער טעג אויף אפרוה.


ביהמ"ד טאהש אין קרית יואל אנגעשלאסן אין שוואונג פון צושטעלן אומזיסטע פובליק טעלעפאנען וואס האדמו"ר מסאטמאר האט איינגעפירט אין די שטאט קרית יואל, בכדי די בחורים זאלן נישט פאמאגן קיין אייגענע טעלעפאנען.


האדמו"ר מגור איז מנחם אבל הרב החסיד ר' ישראל שחורי הי"ו מחשובי חסידי גור אין בית שמש, און משגיח פון די גערער מתיבתא אין בית שמש וועלכע זיצט שבעה נאך די טראגישע פטירה פון זיין פינף יעריג יונגל וואס איז ליידער פארלאפאנעם וואך אראפגעקלאפט געווארן דורך א קאר, זייענדיג אויפן וועג אין חדר.


והגדת לבנך: האדמו"ר מזוועהיל ביים מסדר זיין די ערב פסח'דיגע מצות אינאיינעם מיט בנו היניק.


מהאי גיס"א ומהאי גיס"א: שיין בילד פון האדמו"ר מבאבוב ביים אדרעסירן דעם אסיפה רבתי פאר די בחורי החסידות די וואך ווען לידו זיצן זיינע שוואגערס הגה"צ דומ"ץ באבוב שליט"א; הגה"צ אבד"ק קרית באבוב בת-ים שליט"א; און הגה"צ ראש ישיבת באבוב שליט"א.


די וויליאמסבורג'ע גאסן שוין באצירט מיט פלאקאטן לקראת די היסטארישע הכנסת ספר תורה דורך האדמו"ר מסאטמאר קומענדיגן ל''ג בעומר הבעל"ט.


האדמו"ר מראזלא ביים פארטיילן "קאצקע צוקער" כמנהג זקינו הרה"ק רבי ישעי'לע קערעסטירער זי''ע, נאכן סעודת הילולא דעם ג' אייר.


העסקן ר' מענדל צימעט הי"ו מראשי מוסד הק' בית לפליטות, מערקט "קרישקעס" ביים ציון הק' אין קערעסטיר דעם ג' אייר.


פון אונטער די קוליסן אינעם קאמענד סענטער אין קערעסטיר וואו חשובע אינגעלייט זענען געשטאנען על המשמר 24 שעה רונדע די יארצייט, על כל צרה שלא תבוא.


די מלכות'דיגע סדר טיש בחצר הקודש סקווירא צוגעגרייט פאר די הונדערטע מסובים ביים סדר פון האדמו"ר מסקווירא.


מנינים שאטערס אויפן גרויסן באדן פונעם ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל, צוליב דעם וואס דער ביהמ"ד הגדול איז געווען אין באנוץ צום סעודת הילולא פון הרה"ק הברך משה מסאטמאר זי"ע.


הגה"צ אבד"ק סאטמאר 15 שליט"א אין א שמועס מיט הרה"ג ר' שמואל שלמה טעללער שליט"א ביים פארקויף-טישל פון ספרי "ומשה היה רועה" וואס איז פריש ערשינען לכבוד די צוואנציגסטע הילולא פון הרה"ק הברך משה מסאטמאר זי"ע.


עלי' לציון הק' פונעם הייליגן יעב"ץ אין שטאט האמבורג אין דייטשלאנד צום 250'סטע הילולא קדישא וואס איז אויסגעפאלן די וואך, אין שפיץ פונעם הויפט רב פון שטאט הרב שלמה ביסטריצקי שליט"א.


הרב ישראל אברהם ברייאר ברדער פון האדמו"ר מבאיאן מכובד מיט הגבהת הכוס ביים יארצייט טיש פון הרה"ק בעל כנסת מרדכי מסאדיגורא זצ"ל ביי נכדו האדמו"ר מסאדיגורא ירושלים.


הרה"ח ר' משה פריעדמאן הי"ו משב"ק אדמור"י בית סאטמאר ווערט געזעהן ביים ציון הק' אין קערעסטיר אין די טעג ארום די יארצייט, אינאיינעם מיט בנו הרבני הנגיד ר' ליפא פריעדמאן הי"ו.


הרה"צ רבי דוד אלתר שליט"א בן האדמו"ר מגור איז מנחם אבל ביי הרה"ח ר' אברהם חנוך קוטיינער הי"ו מחשובי חסידי גור אין אשדוד נאך די פטירה פון זיי 25 יעריגע בחור וואס איז טראגיש נפטר געווארן אין א קאר עקסידענט אין ארץ ישראל.


האדמור"ים ממאחנובקא בעלזא און שאץ ביים שענקן דורון דרשה א גאלדענעם טאשן זייגער פאר נכדם החתן ביים מסיבת האירוסין די וואך.


האדמו"ר מוויזניץ באגריסט דער וועטעראן עסקן בעניני רפואה הרה"ח ר' יצחק שמעון עסטרייכער הי"ו פון בארא פארק אינעם מקום הנופש אין וועסט פאלם ביעטש פלארידא.


הנגיד החסיד רבי יצחק שווארטץ הי"ו מייסד ופטרון חבורת תורתך שעשועי דק"ק סאטמאר, טרעט אויף ביים סיום דורך די "לבנו בתורתו" חבורה דק"ק פני מנחם אין בארא פארק.


הגה"צ אבד"ק יאקע שליט"א איז מקיים מצות שילוח הקן די וואך אין בארא פארק.


צונויפטרעף אין קערעסטיר צווישן דער נואם בחסד עליון הגה"צ אבד"ק לימינוב שליט"א, הגה"צ רבי מנחם נחום קאהן אבד"ק תולדות אהרן גבעת ירושלים בית שמש, און העסקן ר' יעקב אליעזר שישא לרפו"ש מנהל ומייסד ארגון טוב וחסד און בננו.


מעמד חנוכת הבית די וואך פאר ביתם נאווה קודש פון צדיקי בית גור זי"ע אין שטאט גורא קאלווריא.


הגה"צ רבי פנחס חיים גרינוואלד שליט"א אבד"ק פאפא מאנסי, איז שופך שיח צווישן די הונדערטער משתטחים ביים ציון הק' אין קערעסטיר דעם ג' אייר.


הונדערעטער חסידי בעזלא ביים עצרת תפילה די וואך אינעם ביהמ"ד המרכזי דחסידי בעלזא אין בארא פארק לרפאותו השלימה פון מורם ורבם האדמו"ר מבעלזא.


עטר"ה לראש צדיק: היסטארישע זילבערנע עטרה פון דעם טלית פון הרה"ק רבי מאיר מפרעמישלאן זי"ע, שטייט צום פארקויפן ביי א 'בידספיריט' ליציטאציע; די פרייז הייבט זיך אן ביי הונדערט טויזנט דאלער.


ובמותם לא נפרדו: די פרישע קברים אויפן הר המנוחות פון די צוויי חשוב'ע שפיגל ברידער, וואס זענען נעבעך טראגיש דערטראנקען געווארן אינעם ים אין די שטאט נתני'.


דער דינאמישער עסקן למען אסירי בני ישראל, ר' יואל ווייזער הי"ו, האט לכבוד די הילולא קדישא פון הרה"ק רבי ישעי'לע קערעסטירער זי"ע געברענגט א לאנגע חלה פון זעקס פוס, כדי מחי' צו זיין די "יושבי חושך" אינעם רייקערס איילענד טורמע אין אזא געהויבענעם טאג.


האדמו"ר מזידישטויב ווערעצקי ביים אנוואונטשן הרב ר' מענדל רובין שליט"א מנכדי הרה"ק רבי ישעי'לע מקערעסטיר זי"ע, נאכן פוקד זיין דעם ציון הק' ביומא דהילולא.


המשפיע הגה"צ רבי אהרן טויסיג שליט"א ביים אנצינדן דעם נר תמיד ביים ציון הק' אין ליזענסק וואו דער משפיע איז געווען צוגאסט אויף דעם שבת, אלס נואם השבת ביים מסע הקודש בראשות האדמו"ר מוויזניץ וויליאמסבורג קיין פולין.


דער מגיד מישרים הרה"ג ר' אברהם מרדכי מלאך שליט"א מערקט "קרישקעס" ביי רבי ישעי'לעס הויז אין קערעסטיר בעצם דיומא דהילולא ג' אייר.


בפקודת הקודש פון האדמו"ר מסאטמאר איז ארויסגעשטעלט געווארן א מודעה אין אלע בתי מדרשים דקהל יטב לב ד'סאטמאר אין קרית יואל איבער א טויש אין די סדר אמירת תהילים וואס מען זאגט יעדן צופרי נאכן דאווענען, צוליב וואס די קאפיטלעך פון הלל זענען אויסגעקומען אינעם יום המר והנמהר ה׳ אייר.


ראש הישיבה הגאון הגדול רבי ברוך דוב פוברסקי שליט"א ראש ישיבת פונוביז ביים אפווארטן דער ארגענטינא פרעזידענט מילעי נאך זיין באזוך די וואך אין ישיבת חברון, וואו דער ראש הישיבה האט אים אנגעוואונטשן בברכת התורה.


אידן רייסן איין ביים ציון הק' אין קערעסטיר לרפאותו השלימה פון האדמו"ר מבעלזא וואס נויטיגט זיך אין תפילות ישראל, זייענדיג שטארק אפגעשוואכט די תקופה.


האדמו"ר מזידיטשויב ווערעצקי רייסט איין וועלטן לישועתן של ישראל ביים ציון הק' אין קערעסטיר ביומא דהילולא פונעם צדיק רבי ישעי'לע זי''ע אין וועם דער רבי איז אדוק ומקושר מאז ומקדם.


העסקן הרב ישראל פרוש געוועזענער מעיאר פון שטאט אלעד איז מרעיש עולמות ביים ציון הק' אין קערעסטיר בעצם יומא דהילולא.


אייקאניש בילד פונעם ראש הישיבה הגאון הגדול רבי משה הלל הירש שליט״א, וואס געפינט זיך די טעג אין שיקאגא אויף א מסע חיזוק פאר די מוסדות הקירוב שובו, ווערט באמערקט אונטערשרייבן אויף א בעיסבאל, נאך די בקשה פון איינע פון די תומכי האירגון.


ישיבה בחורים אין בני ברק קערן זיך צוריק צו די ישיבות און צום קול התורה וואס ווערט ווידער אויפגעלעבט צום פרישן זומער זמן.


דער בארימטער משמח אלוקים ואנשים הר"ר הערשל פריעדמאן הי"ו ביים איבערגעבן א קוויטל פאר האדמו"ר מתולדות צבי דספינקא, לקראת די מסע הקודש וואס דער רבי נעמט אונטער קיין פוילין לרגל די יומא דהילולא קדישא פון די שרף פון מאגלאניץ זי"ע.


ראש הישיבה הגאון הגדול רבי דוב לאנדא שליט''א איז מנחם אבל הגאון רבי שלמה שפיגעל שליט"א ראש חבורה פון די ׳שפיגעל׳ קיבוץ אין די בית ישראל געגנט נאך די טאפטלע טראגעדיע ווען זיינע צוויי בחורים זענען אפגעפונען נישט-לעבעדיג ביים וואסער ברעג אין נתני'.


עסקנים פון ׳רבי ישעי׳לעס הויז׳ אין קערעסטיר ביים פילפאכיג פארברייטערן דער עירוב צו ערמעגליכן הונדערטער אידן וואס האבן געוויילט ביים שבת יארצייט, צו טראגן מיט א מהודר׳דיגע עירוב.


דער אלעמען באקאנטער פאטאגראפירער ר' נפתלי לרר אין א קורצע הפסקה בעת זיין עבודת הקודש ביים יארצייט אין קערעסטיר, צו מתפלל זיין ביים ציון הק', געפויעלט אלס גוטס!


הרה"צ רבי אהרן מענדל טווערסקי שליט"א מסקווירא פארלאזט דעם ביהמ"ד דחסידי סקווירא אין מאנטריאל בעת זיין באזוך די וואך אין שטאט.


האדמו"ר מסקווירא מאנסי איז מנחם אבל גיסו הגה"צ רבי נחמן יוסף טווערסקי אבד"ק זלאטיפאלי נאך די פטירה פון אמו הרבנית טווערסקי ע"ה, שוויגער פונעם סקווערער רבי'ן.


א קבוצה וויזניצער חסידים פון ניו יארק וועלכע האבן נאך א פארשפעטיגונג געלאנדעט פרייטאג נאכמיטאג אינעם ווארשא לופטפעלד צו מיטהאלטן דעם שבת מרומם מיט האדמו"ר מוויזניץ וויליאמסבורג אין ליזענסק, האבן געמאכט דעם וועג קיין ליזענסק מיט העליקאפטערס, נאכדעם וואס זיי וואלטן נישט עספיעט אנצוקומען באצייטנס אויף שבת.


דער גבאי פון ׳רבי ישעי׳לעס הויז׳ אין קערעסטיר ר' אבא גרינבוים ביים איינלאדענען די טויזנטער געסט צום צענטראלן יארצייט סעודה אין די גרויסע שאטער אין קערעסטיר.


המשפיע הרה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב אין א שמועס מיטן באקאנטן פאטאגראפירער הבה"ח א.פ.ק. וואו דער משפיע האט אים אויסגעלויבט בפרהסיא, זייענדיג א בן תורה וואס זיצט און לערנט יעדן טאג אין ישיבה.


גערער חסידים אין ערד קוקן זיך צו אויף די טראקטארן ביים צונעמען די דירות אינעם ישוב דחסידי גור אין ערד וועלכע זענען באטראפן געווארן פון די איראנער מיסיל אטאקע מיט עטליכע וואכן צוריק.


המשפיע הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב טרעט אויף ביים סעודת הילולא פון כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין זצ"ל ביי וועם דער משפיע האט קונה געווען תורה וחסידות אין די יארן וואס דער בעל ההילולא האט זיך מסתופף געווען ביי זקינו הרה"ק רבי משה מרדכי מלעלוב זי''ע.


האדמו"ר מניקלשבורג ווערט געזעהן אינעם לופטפעלד אונטערוועגנס צום מסע הקודש לקברי אבותיו אין אייראפע לכבוד די הילולא פון זקינו הרה"ק רבי שמעלקא מניקלשבורג זי"ע.


ספעציעלע גורלות פאר ילדי חסידי בעלזא וועלכע שליסן זיך אן אין די תהילים מבצעים לרפואתו השלימה פון האדמו"ר מבעלזא.


האדמו"ר מראחמיסטריווקא ספרינג וואלי באזוכט די וואך ביי המשפיע הגה"צ רבי יצחק משה ארלאנגער שליט"א אין זיין אכסניא אין שטאט מאנסי.


ביים מלוה מלכה בצל האדמו"ר מקרעטשניף סיגעט וויליאמסבורג אין דער שטאט קרית יואל, מערקט "קרישקעס" די צוויי מחותנים הרה''ח בנש''ק הרב נפתלי משה ווייס הי"ו מעסקני ק"ק סאטמאר און הרה''ח ר' גרשון מענדל טויב הי"ו מייסד מוסד לב לילד, וואס האבן ביידע געהאט די זכי' צו דינען אלס משב"ק ביי כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגוט זצ''ל.


האדמו"ר מביאלא לאנדאן אויף א שפאציר בנאות דשא וואו דער רבי וויילט די יעצטיגער תקופה אויף אפרוה.


הרה"ח ר' אלימלך גרינפעלד הי"ו משב"ק האדמו"ר מסאסוב מערקט "קרישקעס" אינאיינעם מיט זיין פאטער הרה"צ רבי שרגא פייוויל גרינפעלד שליט"א אבד"ק מיהאלאוויץ אינעם לוד לופטפעלד אונטערוועגנס צום יארצייט קיין קערעסטיר.


הגה"צ רבי מנחם נחום קאהן אבד"ק תולדות אהרן גבעת ירושלים בית שמש אין א שמועס מיטן באקאנטן חרדי'שע זשורנאליסט ר' ארי' ערליך הי"ו און דער משמח אלוקים ואנשים ר' וועלווא קירשנבוים הי"ו, אין רבי ישעי'לעס הויז אין קערעסטיר.




bottom of page