top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

יום "קשר תורה" פראקלאמירט אין טאג פון גויאישן ניי-יאר נאך קריאת הקודש פון האד' מסאטמאר ביום זאת חנוכה

דאנערשטאג פ' ויגש • ט' טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילד קרעדיט: א. איינזבאך


א פייער האט ארומגענומען אלפי תלמידי וחסידי סאטמאר וועלט ווען ביים גרויסן "זאת חנוכה טיש" דעם פארלאפענעם ליל שישי-זאת חנוכה האט כ"ק האדמו''ר מסאטמאר שליט"א פראקלאַמירט א אלטוועלטליכן "יום לימוד התורה" אויף דעם קומענדיגן מאנטאג שמות ווען עס געפאלט אויס דעם גויאישן ניי-יאר און עס זענען דא פילע בעלי בתים וועלכע וועלן זיין פריי פון די ארבעט.


דער רבי שליט"א האט ערווענט אז עס וועלן זיין "עלטערן און קינדער" וועלכע וועלן זיין פריי פון די ארבעט און וועלן האבן דעם געלעגנהייט צו לערנען אינאיינעם טאטע און זון און אזוי אויסנוצן דעם פרייען טאג אויף לימוד התורה.


מטעם עסקני התאחדות אברכים ד'סאטמאר איז אין די טעג נאך די דברות קודש געלאזט געווארן אין גאנג די העפטיגע הכנות צום גרויסן יום "קשר תורה" ווען די עלטערן וועלן האבן דעם געלעגנהייט צו אנקניפּן א תורה'דיגן קשר מיט די קינדער דורך אויסנוצן דעם טאג ללימוד התורה.


דער גרויסער מעמד "קשר תורה" וועט פארקומען קומענדיגן מאנטאג שמות אינעם רייכן "ארמון האטעל" אין סטעמפארד קאנעטיקוט וואס וועט ספעציעל אויסגעשטעלט ווערן צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ציבור בעה"ב ואברכים וועלכע זענען ערווארטעט צו אנטיילנעמען אינעם גרויסן מעמד.


דארט אויפן פלאץ וועט אויך זיין צוגעגרייט ספעציעלע פלעצער פאר גרעסערע משפחות ווען די ראשי השמפחות וועלן האבן דעם געלעגנהייט צו לערנען מיט די גאנצע משפחה אינאיינעם אויף א דערהויבענעם פאַרנעם.


אויך ווערן די בתי מדרשים דקהל יטב לב צוגעגרייט צום גרויסן טאג פאר די אלע וועלכע האבן נישט די מעגליכקייט צו פארן דעם וועג ביז קיין קאנעטיקוט און ווילן דאך אנטיילנעמען אינעם גרויסן יום לימוד התורה, וועלן זיי זיך קענען קובע זיין אין די בתי מדרשים איבער גרעיטער ניו יארק.




Commenti


bottom of page