חרדה עילאה ביי חסידי גור צו היסטארישע ווידער-באנייאונג פון בית נאוה קדשם פון צדיקי בית גור אין שטאט גור, פוילן
- 20 באפר׳
- זמן קריאה 2 דקות
עודכן: לפני 7 ימים
מאנטאג אחרי קדושים • ג' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

חסידי גור אלוועלטליך נעמען אויף מיט א חרדת קודש ושמחה עילאה די היסטארישע געשעעניש בתולדות החסידות, ווען דעם היינטיגן מאנטאג פר' אחרי קדושים האט מען זוכה געווען צו צוריק עפענען און באנייען ביתו נאוה קדשם פון צדיקי בית גור לדורתם אין עיר האבות גור, פוילן, וואס איז פאר נאנט צו 100 יאר, זינט די וועלטס-קריג, ליידער געווען בידי זרים, און מ'האט נישט געהאט דערצו קיין צוטריט, ושועלים הלכו בו.
אין דעם הייליגן הויז וואס איז צוטיילט אויף עטליכע דירות האבן געוואוינט די צדיקי בית גור, דער שפת אמת און דער אמרי אמת, און געפינט זיך הארט נעבן דעם אלטן נאסטאלגישן ביהמ"ד הגדול אין שטאט, וואו די צדיקי בית גור האבן מעריך געווען עבודתם בקודש, אנגעהויבן נאך פונעם חידושי הרי"ם זי"ע.
דער ביהמ"ד איז נאך בשנת תשנ"ד געווארן אויסגעלייזט און צוריקגעקומען לקדושה, נאך א פארצווייגטע אונטערנעמונג דורך כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א, נאך איידער'ן ארויפגיין על כס האדמורו"ת, וועלכער האט דאן געטאן דערפאר גאר העפטיגע פעולות הקודש, ביז ער האט זוכה געווען אויסצולייזן דאס ביהמ"ד פון די גוים וואס האבן ליידער אין דעם הייליגן מקום געמאכט נאך די קריג א פאבריק.
אבער דאס הויז איז דאן נישט געווען מעגליך אויסצולייזן, און וויפיל מ'האט פרובירט צו טון במשך די יארן אויסצוקויפן דאס הויז פון די געמיינע ערלים וואס האבן זיך דארט באזעצט בגזילה, איז דאס ליידער נישט געלונגען, ביז ווען מען האט לעצטע יאר מיט גרויס סיעתא דשמיא, נאך גאר העפטיגע שתדלנות און געריכטליכע אנקלאגעס, אונטער א ברייטע מיסיע אין שפיץ פונעם רבי'נס זון הרה"צ ר' נחמי' אלתר שליט"א, זוכה געווען אויסצולייזן דאס הויז.
במשך די לעצטע יאר איז דורכגעפירט געווארן א ברייטע רענאוואציע פראיעקט, לחדש אורה כבראשונה, צוריקצושטעלן דאס הויז כתבניתו אזוי ווי ס'האט אויסגעזען בימי קדם, ווען די צדיקי בית גור האבן דארט געוואוינט און אפגעראכטן זייער עבודת הקודש.
פאר דעם צוועק האט מען אריינגענומען אין בילד די זקני חסידי גור, און מ'האט געזאמלט עדות'שאפטן און גרינטליכע פארש ארבעט פון קראנטע מקורות, ביז מ'איז דערגאנגען ווי אזוי דאס הויז האט אויסגעזען אין די גוטע צייטן, און אויף דעם פארמאט האט מען אלעס צוריקגעשטעלט על מכונו ומקומו.
אין צוגאב איז אויך אפגעקויפט געווארן א דערנעבענדע געביידע, וואו עס וועט אויפגעבויט ווערן א פראכטפולער בנין "הכנסת אורחים", וואס וועט זיין צוגעשטעלט מיט אש"ל מלא פאר חסידי גור און חסידים ואנשי מעשה וואס קומען פוקד זיין און פראווען שבתים אינעם גערער הויף, סמוך ונראה צו די ציונים הק' פון צדיקי בית גור.
לרגל די היסטארישע געשעעניש פון חידוש פני הקודש, איז ארויסגעפארן קיין גור בשליחות הקודש פונעם גערער רבי, בנו הרה"צ ר' נחמי' שליט"א, אין באגלייטונג פון א גרופע גערע פילאנטראפן, וועלכע האבן גענומען א חלק אין די פאנטאסטישע הוצאות וואס דער פראיעקט האט אפגעקאסט, ובראשם הטפסר המרומם ר' שלמה ווערדיגער יו"ר אגודת ישראל באמעריקע, און די קינדער פונעם אומפארגעסליכן פילאנטראפ און נדיב לבית גור, ר' בנציון פישהאף ז"ל, וועלכע האבן פינאנצירט דעם חלק הארי פון די רענאוואציע ביי די דירה, און מיט'ן אפקויפן די ארומיגע הייזער.





תגובות