top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

סאטמאר רבי שתדלט ביי וואשינגטאן פאליטיקאנטן איבער גזירת החינוך ביי ענגע אסיפה במעונו אין קרית יואל

מוצ"ש פ' שלח - כ"ט סיון תשפ"ג | קול בחצרות

בילדער קרעדיט: סאטמארע נייעס


א היסטארעשע אסיפה איז פארגעקומען דעם ערב שבת נאכמיטאג בביתו נאוה קודש פון כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א אין קרית יואל מיט א דעלעגאציע פון גאר הויכע פאליטיקאנטן פון וואשינגטאן, וואו דער רבי שליט"א וועם די גזירת החנוך ליגט על לבו הטהור האט פארגעשטעלט פאר די פאליטיקאנטן אונזער ווייטערדיגע מערכה איבערן גזירת החינוך.


דער ערוויילטער קאנגרעסמאן פון די 18'טע קאנגרעס דיסטריקט פעט רייען, וואס האט געווינען זיין פארמעסט נאר אדאנק קרית יואל, האט פערזענליך אריבערגעברענגט צום רבי'ן דעם הויפט פירער פון די דעמאקראטישע פארטיי אינעם קאנגרעס, דער 'מינארעטי לידער' האקים דזשעפריס, דער מערסט מאכטפולער דעמאקראט אין וואשינגטאן'ס געזעצהויז, און האט אויך א שטארקע איינפלוס אויפן עקזעקיוטיוו ברענטש אונטערן אמעריקאנעם פרעזידענט יר"ה.


דער רבי איז געזיצן מיט די צוויי קאנגרעסלייט א לענגערע צייט, ווי מען האט בעיקר דן געווען איבער די חינוך, דער רבי האט זיי פארגעשטעלט דער מצב וואו מיר האלטן אצינד מיט די גזירות החינוך סיי מצד די געריכט און סיי מצד אלבאני, און קלארגעשטעלט אונזער אנטשלאסנקייט ווייטער פארצוזעצן דעם מסורה'דיגן חינוך וואס גייט שוין צוריק טויזענטער יארן זייט קבלת התורה ביים מעמד הר סיני אהן קיין שום שינוי, און ארויסגעברענגט וואו מיר ווילן האבן די הילף פון די פעדעראלע דעמאקראטישע פארטיי, אז זיי זאלן שטיין צו די האנט פון די ניו יארק סטעיט דעמאקראטישע פארטיי-פירער וועלכע פירן די סטעיט'ס געזעצהייזער אין אלבאני, צו האפנטליך פארזיכערן אז סיי וועלכע "גיידליינס" און גזירות זאלן נישט קענען אפעקטירן און שעדיגן ח"ו די חרדי'שע מוסדות מיט קיין שום זאך.


דער לידער האקים דזשעפריס האט אויסגעדרוקט א שטארקע הנאה נאך זיין באזוך אין די גאסן פון די שטאט קרית יואל און אינעם 'אשת חיל' קימפעטארין היים, זאגנדיג אז ער זעט די שיינקייט פון די שטאט און שעצט דעם הערליכער מהלך החיים, און ער וועט טוהן וואס ער קען נאכצוקומען אלע בקשות פון רבי'ן שליט"א, זיך באדאנקענדיג דערביי אויף קרית יואל'ס שטארקע בלאק וואוט וואס האט אריינגעברענגט זיין פארטיי'ס קאנגרעסמאן פעט רייען אינעם דיסטריקט, אדאנק די אינדארסירונג פון קרית יואל אין שפיץ פון רבי'ן שליט"א.







Comments


bottom of page