top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ירושלים • שטראם פון שווערע טויזנטער אידן מיטגעהאלטן סעודת הודאה מוצאי שבת נחמו בחצה"ק סקולען ירושלים

זונטאג פ' עקב • י"ד אב תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

בילדער קרעדיט: שוקי לרר

 

א שטראם פון שווערע טויזנטער אידן חסידים ואנשי מעשה האבן נעכטן מוצאי שבת נחמו באלאגערט דעם אודיטאריום הגדול אויף רחוב מנחת יצחק אין ירושלים, ביים גראנדיעזן מעמד פון שבח והודאה, דער סקולענער סעודת הודאה בקרתא דשופריא, וואו מען האט אפגעגעבן א שבח והודי' פארן אויבערשטן אויף די גרויסע נסים ונפלאות ווען די צדיקי בית סקולען זענען ארויסגעראטעוועט געווארן פון אונטער די קאמוניסטישע נעגל בימים ההם בזמן הזה. דער גרויסער מעמד הודאה איז געפראוועט געווארן בשיר וקול תודה, בראשות כ"ק אדמו"ר מסקולען ירושלים שליט"א ובמקהלות עם רב.


אנגעהויבן פון א קורצע צייט נאכן זמן מוצאי שבת האבן הונדערטער אידן איבערגעפילט דעם זאל אין זיך געוואשן צום סעודת מלוה דמלכה אינעם חצר נעבן זאל, עס האבן מהנה געוועהן בפרקי שירה וזמרה בארימטע בעלי מנגנים וועלכע האבן שיין אראפגעזינגען די סקולענער ניגוני קודש אין די זמירות מלוה מלכה, דעם גרויסן אודיטוריום איז געווארן אויסגעשטעלט מיט הונדערטער זיצן פאר די בעךי בתים און נכבדי העדה און טויזטנטער שטיי–פלעצער, אויף די הויעך שטאקיגע פארענטשעס.


ארום 11:30 איז די רבי שליט"א ערשינען צום מעמד אינאיינעם מיטן שווער הגה"צ אב"ד סקולען בני ברק שליט"א ווען דער פיל-געפאקטער זאל מלא על כל גדותיו מיט חסידים ואנשי מעשה האבן אויסגעבראכן אין פייערליכע ריקודין להודות ולהלל זינגענדיג חסדי השם, נחמו עמי, בך בטחו אבותינו, און נאך ניגוני שבח והודאה, די רבי שליט"א מיטן שווער האבן זיך געוואשן צום סעודה, מען האט אויפגעגעבן די מאכלים און געזינגען די זמירות מלווה מלכה, צווישן די פילע ניגונים האבן די משוררים ביים מעמד אויפגעפרישט עטליכע אומבאקאנטע ניגוני קודש פון די הייליגער סקולענער רבי'ס זכותם יגן עלינו.


די רבי שליט"א האט געוואונטשן לחיים לכל הקהל הקודש און דאן משמיע געווען מדברות קודשו לויבענדיג דעם באשעפער בשיר ושבחה אויף די וואונדערליכע הצלה און דערציילט די השתלשלות הענינים פונעם נס ההצלה פון די צדיקי בית סקולען פון די קאמוניסטישע תפיסות אין ראמעניע און ארומגערעט בעניני דיומא, בסיום דבריו האט די רבי מזכיר געווען אחיו הגדול כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א מרן ישעי' יעקב בן רייזל לרפו"ש וועלכע איז אנגעוואנדן אויף גרויסע ניסים למעלה מדרך הטבע, דערביי האט די רבי מכבד געווען דעם שווער הגה"צ אב"ד סקולען בני ברק שליט"א פארצוזאגן מזמורי תהילים פסוק בפסוק לרפואתו השלימה והמהירה, מען האט דערנאך געמאכט א מי שברך לחולה, נאכגעפאלגט מיטן ווארימע סקולענער ניגון 'שבת היא מלזעוק ורפואה קרובה לבוא' וואס דער גאנצער ציבור אט געזינגען אינאיינעם מיט א אומבאשרייבליכע התעוררות. דער רבי האט דאן פארגעזינגען די ניגוני קודש אודך און אודה ה' כנהוג, און דערנאך ארומגערעט איבער די גרויסע כח פון שמחה און ריקודין וואס מקען דערמיט פויעלן ישועות נשגבות, און דערביי זיך אויפגעשעלט אויף א רקידה, אויפן ניגון חסדי ה' כי לא תמנו, וואס האט אריינגעצויגן דעם גאנצן ציבור אין א התרוממות עילאה, דאן האט מען ממשיך געווען פאר קרוב צו א שעה צייט די ריקודין נלהבין להודות ולהלל במחול בתוף וכינור יזמרו לו.


מיטן בענטשן האט די רבי מכבד געווען הגה"צ רבי משה מרדכי ווידער גאב"ד לינז, און דאן האט זיך די ציבור האלפים געשלעגערט אין די רייע דורכצוגיין וואונטשן לחיים, עס איז שוין געווען קרוב לעלות השחר אום 4:00 אזייגער פארטאגס ווען די ציבור האט זיך צושפרייט נאכן געהויבענער מעמד ההודאה.



Comments


bottom of page