top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שרי התורה חברי בד"ץ העדה החרדית ביים ווייץ שניט פאר די מצות פון קומענדיגן חג הפסח תשפ"ה

מיטוואך פ' בהר - פסח שני • י"ד אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

בילדער קרעדיט: שלומי טריכטר


דעם זונטאג העעל"ט זענען די שרי התורה חברי הבד"ץ העדה החרדית אנגעקומען צום 'מושב יסודות' צום יערליכער ווייץ שניט ביי די מהודר'דיגע ווייץ פאר די מצות פונעם קומענדיגן חג הפסח תשפ"ה הבעל"ט, און זיך אומקוקן אויפ'ן פראצעדור פונעם קצירת חיטין אין יסודות אונטער די השגחה פון די עדה החרדית.


די חברי הבד"ץ האבן בטירחא דגופא געשניטן ווייץ פאר די מצות, און זענען דערנאך ארויף אויפן קאמביין מאשין און דערמיט געשניטן די ווייץ פאר די מצות. ביים ענדיגן האט די וועד הכשרות געזיגלט די זעק ווייץ מיטן הכשר הבד"ץ, און מען האט געשטעלט א שליח צו אכטונג געבן אויף די ווייץ צו מקיים זיין די 'מצוות שמירה'.








Comments


bottom of page