top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הילולא קדישא פון הרה"ק מספינקא זצוק"ל אפגעראכטן בתהעוררות רב בצל בנו האד' מתולדות צבי דספינקא

  • sfbechatzros
  • 28false59 GMT+0000 (Coordinated Universal Time)
  • זמן קריאה 2 דקות

עודכן: 30false27 GMT+0000 (Coordinated Universal Time)

מיטוואך פ' ראה • ג' אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: הילל ל"ש,JDN

א גרויסער ציבור האט מיטגעהאלטן די הילולא קדישא פון הרה"ק מספינקא זצוק"ל בצל בנו כ"ק אדמו"ר מתולדות צבי ספינקא שליט"א, וואו דער גייסט פון די הילולא קדישא האט זיך געשפירט שוין שבת לפני ההילולא וואס דער רבי שליט"א האט אפגעראכט במקום הנופש אין קרית יואל מיט דאס השתתפות פון פילצאליגע אורחים וואס זענען געקומען מיטהאלטן דעם געהויבענעם שבת.


ביים עריכת השולחן פון ליל שב"ק האט דער רבי שליט"א מאריך געווען מיט סיפורי קודש פונעם בעל ההילולא זי"ע, און פון מרן הרה"ק מסאטמאר זי"ע. שבת נאכמיטאג האט מען געהערט דעם שיעור בפרקי אבות פון הגה"צ רבי יחזקאל שרגא הורוויץ שליט"א דומ"ץ ספינקא, מיט א שלל פון זכרונות וסיפורים. ביי שלש סעודות האט דער רבי שליט"א מעורר געווען מיט ווארעמע דברי חיזוק והכנה צום הילולא קדישא.


מוצאי שבת איז א גרויסער ציבור זיך צוזאמגעקומען צו די מלוה מלכה וואס איז אפגעראכט געווארן לקראת ההילולא, ביי וועלכן מ'האט געהערט אינטערעסאנטע זכרונות וסיפורים פון הרה"ג רבי אלימלך שפיטצער שליט"א און פון הרה"ג רבי שלמה אליעזר שפיטצער שליט"א פון קרית יואל.


מיטוואך נאכט בליל ההילולא האט א גרויסער ציבור מיטגעהאלטן תפלת מעריב און דערנאך דעם מסיבת לחיים, ביי וועלכן דער רבי שליט"א האט דערציילט א שלל ענינים איבער דעם עבודת התפלה פון אביו הגדול.


צומארגנס דאנערשטאג נאך תפלת שחרית און אמירת יום כיפור קטן האט זיך דער רבי שליט"א ארויסגעלאזט אין וועג אריין קיין ניו דזשערסי, פוקד צו זיין מקום מנוחתו פונעם רבי'ן זצ"ל אויפ'ן ספינקער בית החיים, וואו עס איז כמידי שנה בשנה אפגעהאלטן געווארן דעם התרגשות'דיגן מעמד התעוררות.


נאך אמירת תהלים וואס דער רבי שליט"א האט פארגעזאגט בהתעוררות רב, האט דער רבי שליט"א משמיע געווען די פייערדיגע דברי כיבושין, ובבכי רב ועצום מעורר געווען זכותו של אביו אין דעם גרויסן טאג, מעתיר צו זיין לישועתן של ישראל בכלל ובפרט. גאר א שטארקער התעוררות האט געהערשט ביים ציון הק' ביים מעמד "הגלה נא" וואס דער רבי שליט"א האט פארגעזינגען, זייענדיג מסוגל אויף זיווגים הגונים, בדרכו פונעם בעל ההילולא זי"ע.


במשך די דברות קודש פון רבי'ן שליט"א האט זיך איבער'ן גאנצן ארום געהערט די בכיות נמרצות פונעם ציבור, זייענדיג מתפלל אויף ישועות ורפואות אין אלע ענינים. דערנאך איז דער ציבור פארריבער א לענגערע צייט זיך מזכיר צו זיין ביים רבי'ן שליט"א פנים אל פנים וואס דער רבי האט ארויפגעלייגט ביים ציון, און יעדן געוואונטשן איש איש כברכתו.


שפעטער איז אפגעראכט געווארן די צענטראלע סעודת הילולא אינעם גרויסן זאל נאנט צום ציון הק', וואו דער רבי שליט"א האט מעריך געווען שולחנו, און געמאכט דעם סיום הש"ס ומשניות.


מ'האט דערביי געהערט די דרשות וזכרונות פון הגה"צ אב"ק באראוו שליט"א נכד בעל ההילולא, הגה"צ דומ"ץ ספינקא שליט"א, און הרה"ג רבי מרדכי הערש שפיטצער שליט"א ראש ישיבת ישיבת ספינקא. דערנאך האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש, מיט דברי הדרכה והתחזקות וואס מען דארף מיטנעמען פון דעם גרויסן טאג.

ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

bottom of page