top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פילע טויזנטער פוקד געווען ציון הק' פון הרה"ק רבי נפתלי צבי מבאבוב זצוק"ל ביום המסוגל ל"ג בעומר

  • Bechatzros admin
  • לפני 5 שעות
  • זמן קריאה 1 דקות

דינסטאג פ' בהר בחקותי • כ''ב אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: צבי בלום

טויזנטער אידן פון אלע שיכטן און קרייזן האבן דעם ל"ג בעומר געשטראמט אין די מאסן, קיין ניו דזשערזי צום אוהל הקדוש פון אדמו"רי בית באבוב, פוקד צו זיין דעם ציון פון הרה"ק ר' נפתלי צבי מבאבוב זצוק"ל, מתפלל צו זיין אין דעם מקום קדוש אינעם הייליגן טאג פון ל"ג בעומר. עס איז באקאנט די ווערטער וואס הרה"ק מבאבוב זצוק"ל האט זיך אויסגעדרוקט בלשון קדשו "ר' שמעון וועט זיין ביי מיר ל"ג בעומר", און יאהר יערליך אינעם הייליגן טאג פון ל"ג בעומר, טוט זיך א מאסן געפארעריי צום ציון הקדוש, וואו אידן זעהן ישועות למעלה מדרך הטבע.


אויפ'ן ארט האבן די עסקנים מיט די הילף פון די בארימטער 'רענטאסטיק' פירמע אויפגעשטעלט מערערע שאטערס פאר אלע צרכים צו קענען אקאמאדירן די טויזענטער אידן.


צענדליגער באסעס האבן געפירט דעם ציבור פון אלע חרדישע געגנטער, עקסטער פאר מענער און עקסטער פאר פרויען. און צוגאב האבן פילע אידן געמאכט דעם וועג מיט פריוואטע קארס.


אנגעהויבן פון דאנערשטאג פארנאכטס ביז שפעט אריין אין טאג פון ערב שבת האבן זיך געשלענגלט לאנגע רייען פון טויזנטער אידן, וואו די לעכצנדע קול תפילה האט דערגרייכט עד לב השמים, ביי די נאכאנאנדע מנינים דורכאויס דעם גאנצן מעת לעת.





































































bottom of page