עלייה לציון פון מרן שר התורה הגר"ח קנייבסקי זצ"ל צום פערטע יארצייט ביום שושן פורים
- לפני יום 1
- זמן קריאה 1 דקות
עודכן: לפני 21 שעות
דאנערשטאג פ' כי תשא • ט"ז אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר
אפצייכנענדיג די פערטע יומא דהילולא פונעם שר התורה הגאון האדיר רבי חיים קנייבסקי זכר צדיק לברכה וואס איז נסתלק געווארן בעצם יום הפורים דמוקפין שנת תשפ"ב האבן טויזנטער אידן פון אלע שיכטן אין קרייזן נעכטן אין לויף פונעם טאג פוקד זיין דעם ציון המצוינת אויפן בית החיים זכרון מאיר אין שפיץ פון בניו ותלמידיו הרבנים הגאונים הצדיקים.
ביים צענטראלן עלייה לציון און שפיץ פון גיסו הגאון הגדול רבי יצחק זילבערשטיין רב שכונת רמת אלחנן אין בני ברק האט מען באזונדער מעורר געווען רחמי שמים מיטן קאפיטל יושב בסתר און י"ג מידות של רחמים, אין ליכט פון די אנגעצויגענער מלחמה צושטאנד אין ארץ ישראל.
אין מערערע היכלי התורה והישיבות פון די ליטווישע קרייזן האט מען זיך נעכטן צוזאמגענומען אויף עצרות זיכרון וואו מען האט געהערט מילי דהספידא לזכרו פונעם גרויסן גאון וואס האט באלאכטן די וועלט מיט זיין כח התורה.


























































תגובות