פתחו שערים: הייליגע מאמענטן ביים צוריק עפענען און באנייען דירת קדשם פון צדיקי בית גור אין שטאט גור
- לפני 9 שעות
- זמן קריאה 3 דקות
דאנערשטאג פ' אחרי קדושים • ו' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בחרדת קודש און נאסטאלגישע התרגשות איז געפייערט געווארן דער רירנדער מעמד "חנוכת הבית" פון די צוריק געעפנטע און באנייטע מעון הקודש פון צדיקי בית גור זי"ע לדורותם, אין עיר האבות גור, פוילן, וואס איז אפגעהאלטן געווארן בראשות הרה"צ ר' נחמי' אלתר שליט"א בנו חביבו פון כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א, אינאיינעם מיט א פמליא נכבדה פון נגידי חסידי גור פון איבער די וועלט.
ווי באריכטעט איז די היסטארישע דירה געווען דער וואוינארט פון די אדמור"י גור דער שפת אמת און זיין זון דער אמרי אמת, און איז נאך די קריג ליידער אריינגעפאלן לידי זרים, און נאך לאנגיעריגע באמיאונגען עס אויסצולייזן און צוריק אריינברענגען לקדושה, האט מען לעצטע יאר זוכה געווען דאס אויסצולייזן, אונטער א פארצווייגטע אונטערנעמונג באגלייט דורך הרה"צ ר' נחמי' שליט"א, צוזאמען מיט'ן איש חי ורב פעלים הרב יונתן בורשטיין מנהל איחוד מוסדות גור, וועלכער האט אינוועסטירט אומערמידליכע פעולות די לעצטע 15 יאר אויף אלע ביוראקראטישע פראנטן להחזיר עטרה ליושנה. נאך א פולע רענאוואציע אהערצושטעלן צוריק דאס הויז כבימי קדם, אויפ'ן אריגינעלן פארמאט ווי ס'איז געשטאנען ווען די צדיקים האבן דארט געוואוינט, איז דעם ג' אייר אפגעראכטן געווארן דער מעמד חנוכת הבית מיט גרויס התרגשות ושמחה רבה.
צווישן די משתתפים האט ארויסגעשיינט די אנוועזנהייט פון די בארימטע פילאנטראפן ותומכים לכל קדשי בית גור, הנגיד ר' שלמה ווערדיגער יו"ר אגודת ישראל ד'אמעריקא ובני משפחתו, און משפחת הנגיד ר' בנציון פישהאף ז"ל, וועלכע האבן בייגעשטייערט אסטראנאמישע סומעס צו קענען צוריק אפקויפן דאס הייליג הויז.
דער מעמד חנוכת הבית איז אפגעהאלטן געווארן אויפן גרויסן באדן פארנט פונעם היסטארישן ביהמ"ד הגדול אין שטאט גור, מקום שהתפללו בו צדיקי בית גור לדורתם, וואס איז געווען פראכטפול אהערגעשטעלט לכבוד המאורע.
ר' יונתן בורשטיין האט געעפנט דעם מעמד מיט א קול געשטיקט פון טרערן, אראפגעבנדיג א דעטאלירטע שילדערונג פון די פופצן שנות עמל ויגיעה און פעולות חובקות עולם, עליות און ירידות, יאוש און האפענונג, ביז מ'האט ב"ה זוכה געווען לזמן הזה, צו קענען פייערן די עפענונג און ווידער-באנייאונג פון דעם קודש הקדשים.
דער בארימטער חזן ר' ישראל אדלער האט מהנה געווען מיט פרקי שירה, ספעציעל מיט'ן "קל מלא רחמים" לזכר די רבבות חסידי גור וואס האבן זיך דא מסתופף געווען בצל קדשם פון צדיקי בית גור.
מיט אויסטערלישע רגש איז מען דאן אריבער צו די הייליגע דירה, אנקומענדיג צום בנין האט הרה"צ ר' נחמי' קובע געווען א מזוזה בשערי הבנין, וואס געפינט זיך שוין יעצט אונטער'ן בעלות פון אידן, ממשיכי מורשת גור, און דערנאך זענען מכובד געווארן די חשוב'ע תורמים קובע צו זיין מזוזות אין די אינעווייניגסטע צימערן.
דערנאך איז דער ציבור ארומגעפירט געווארן אין די גאנצע דירה, באגלייט דורכ'ן ידען נפלא הרה"ג ר' משה חיים דענדעראוויטש שליט"א, וועלכער האט געצייגט די היסטארישע פרטים און קורות הימים אלעס ארום די דירה.דאן איז מען צוגעטרעטן צום מעמד "סיום כתיבת ספר תורה", פאר די נייע ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הנהלת מוסדות גור, א טרייסל האט ארומגעכאפט דעם ציבור ווען די ספר תורה איז אראפגעשטעלט געווארן באותו מקום וואו דער שפת אמת האט געשריבן זיינע הייליגע ספרים בקדושה וטהרה.
די משתתפים זענען נתכבד געווארן אריינצושרייבן די לעצטע אותיות, און דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע טענץ לכבודה של תורה, באגלייטנדיג די תורה ברחובה של עיר, אויפ'ן וועג צום ביהמ"ד הגדול.
דערנאך איז אפגעהאלטן געווארן די סעודה לגומרה של תורה, וואו מ'האט געהערט די דיבורים נרגשים פון הרה"צ ר' נחמי', וועלכער האט בתוך דבריו איבערראשט דעם ציבור מיט'ן ארויסנעמען צוויי זילבערנע וויין פלעשער, וואס איז געשיקט געווארן דורך מר אביו דער רבי שליט"א איבערצוגעבן פאר די צוויי משפחות הנדיבים, ר' שלמה ווערדיגער, און משפחת פישהאף, לאות הוקרה פאר זייערע נדבות און פילע לייסטונגען פאר'ן פראיעקט.
דערנאך האט מען געהערט די הארציגע ווערטער דורך ר' שלמה ווערדיגער, וועלכער האט אויפגעוויקלט די היסטאריע פון די מאסיווע פראיעקט דורכ'ן רבי'ן שליט"א בשנת תשנ"ד אויסלייזן דאס ביהמ"ד מידי זרים. דערנאך האט מען געהערט די ווערטער דורך הנגיד ר' דוב פישהאף בשם המשפחה.
שפעטער איז דער ציבור אריבער צו די נייע מקוה טהרה וואס איז נתחנך געווארן אינעם בנין הביהמ"ד, וואס וועט שטיין צום באנוץ פונעם ציבור חסידים ואנשי מעשה וואס קומען פוקד זיין די ציונים הקדושים אין גור.



















































תגובות