שאנדפולע וואנדאליזם ביים בית עלמין אין שטאט אלכסנדר אין פוילן במקום מנוחתם פון צדיקי בית אלכסנדר
דאנערשטאג פ' נח • ד' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

חסידי אלכסנדר זענען אויפגעטרייסלט געווארן נאך וואס עס איז אנטדירקט געווארן א שוידערליכער וואנדאליזם אקט ביים אריינגאנג צום אידישן בית החיים אין דער שטאט אלכסנדר אין פוילן.
אויפ'ן ביה"ח אין די שטאט אלכסנדר געפונט זיך מקום מנוחתם פון די צדיקי בית אלכסנדר, צוזאמען מיט נאך פילצאליגע אידן וואס זענען דארט נטמן געווארן במשך השנים ביז די צווייטע וועלט קריג.
לויט די ערשטע אויספארשונגען, זענען אומבאקאנטע פארשוינען אנגעקומען דינסטאג אינמיטן נאכט צום אלטן בית החיים, און האבן אנגעפירקלט וואנדאלישע און אנטיסעמיטישע אויפשריפטן אויפן טויער פונעם בית החיים.
מתפללים וואס זענען נעכטן אנגעקומען צום ארט כדי צו מתפלל זיין ביי די ציונים הקדושים פון אדמור"י אלכסנדר, זענען געווען שאקירט צו אנטדעקן דעם חילול הקודש.
זיי האבן זיך פארבינדן מיט די הנהלת הכנסת אורחים "אלכסנדר הויף", וואס איז אקטיוו דורכאויס דעם גאנצן יאר צו פארזיכערן כבוד החיים והמתים. די פארוואלטונג פון דער הכנסת אורחים אינאיינעם מיט פארשטייער פון די אידישע קהילה אין שטאט לאדזש, האבן תיכף אריינגעגעבן א קלאגע ביי די לאקאלער פאליציי, וועלכע האט געעפנט אן אינטענסיווע אויספארשונג, מיטן האפענונג צו קומען אויף די שפורן פון די פארברעכער.
אין די זעלבער צייט האט מען זיך שוין גענומען צו די ארבעט צו רייניגן דעם טויער און מעקן די וואנדאלישע אויפשריפטן.








תגובות