top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ברוך דיין האמת: הרבנית הישישה פראדל שנעבאלג ע"ה, אלמנת הגה"צ בעל "שרגא המאיר" זצ"ל נפטר געווארן בשיבה טובה

לפני 4 שעות
זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פ' האזינו • ה' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש

ברוך דיין האמת: פילע תושבי לאנדאן האבן נעכטן באגלייט למנוחות הרבנית הצדיקת הישישה מרת פראדל שנעבאלג ע"ה, אלמנת הגה"צ המפורסם רבי שרגא פייביש שנעבאלג זצ"ל, רב דחסידי וויזניץ אין לאנדאן ובעל "שרגא המאיר", וועלכע איז פלוצלינג נפטר געווארן בשיבה טובה אין הויכן עלטער פון 91 יאר.


די רעבעצין ע"ה איז נאך געבוירן אינדערהיים אין שטאט מיקאלייעוו, וואו איר פאטער, הרה"צ רבי משה מונד זצ"ל, האט משמש געווען ברבנות. בחסדי שמים און א דאנק א וואונדערליכע ברכה פון הרה"ק מבעלזא זי"ע, האט איר פאטער ר' משה זיך באוויזן ארויסצוראטעווען פונעם ברענענדיגן אייראפע בשעת'ן ביטערן צווייטן וועלט קריג, אינאיינעם מיט א טייל פון זיינע קינדער, אריינגערעכנט די חשוב'ע רעבעצין ע"ה, וואו זיי האבן זיך באזעצט אין שטאט לאנדאן.


שפעטער האט זי חתונה געהאט צו איר גרויסן מאן, הגה"צ בעל "שרגא המאיר" זצ"ל וואס איז געווען א זון פון הגה"צ רבי דוד צבי שנעבאלג זצ"ל גאב"ד מאנטשעסטער, צו וועם זי איז אלע יארן צוגעשטאנען מיט א זעלטענע איבערגעגעבנקייט כדי ער זאל קענען אנגיין מיט זיין עבודת הקודש אומגעשטערט. זי האט זוכה געווען צו זיין בצלילות הדעת ביז אירע לעצטע רגעים בעפאר איר פלוצימדיגע פטירה נעכטן דינסטאג נאכמיטאג.


די לוויה איז ארויס פון איר שטוב אין לאנדאן און זי איז געקומען לקבורה אויפן ענפיעלד בית החיים.


די רעבעצין ע''ה האט זוכה געווען איבערצולאזן א הערליכן דור ישרים יבורך, קינדער זרע ברך ה', און הונדערטער אייניקלעך, אור-אייניקלעך, און אור-אור-אייניקלעך, וועלכע גייען נאך דעם אויסגעטראטענעם דרך האבות.


די זון הגה"צ רבי אליעזר ליבר שנעעבאלג שליט"א אבד"ק מחזיקי הדת עדזשווער איידעם פון כ"ק אדמו"ר מראצפערט בראזיל זצ"ל, הגה"צ רבי משה חיים שנעעבאלג שליט''א אבד"ק שרגא המאיר מאנסי, הגה"צ רבי יצחק אייזיק שמואל שנעעבאלג שליט''א אבד"ק מיקאלייעוו בארא פארק איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מאלעסק זצ"ל, הגה"צ רבי אברהם זאב שנעעבאלג שליט''א איידעם ביי הגה"צ רבי משה האלברשטאם זצ"ל דומ"ץ באבוב אנטווערפן, הגה"צ רבי דוד צבי שנעעבאלג שליט''א דומ"ץ וויזניץ ירושלים איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מדעעש ירושלים זצ"ל.


די איידעמער הגה"צ רבי בעריש מייזליש שליט"א מווייטצען לאנדאן, הגה"צ רבי יוסף טויבענפעלד אבד"ק חרדים מאנסי זון פון הגה"צ רבי שמעלקא זצ"ל, הגה"צ רבי יחיאל מיכל ראטענבערג שליט"א זון פון כ"ק אדמו"ר רבי משולם פייש מקאסאני זצ"ל, כ"ק אדמו"ר מסטראזניץ לאנדאן שליט"א, הגה"צ רבי נפתלי אלימלך לייזער אבד"ק פשעווארסק לאנדאן בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א, און הגה"צ רבי יוסף האלפערין שליט"א זון פון הגה"צ גאב"ד הענדין לאנדאן שליט"א.


אין לויף פון די יארן האט די נפטרת זוכה געווען זיך משדך צו זיין מיט פילע אדמורי"ם ורבנים און גדולי ישראל צווישן זיי האחים האדמורי"ם מסאטמאר, האדמורי"ם מפשעווארסק, תולדות אברהם יצחק, סלאנים, מאחנובקא בעלזא, האחים האדמורי"ם מוויזניץ לאנדאן און וויזניץ מאנטריאל, האחים האדמורי"ם מטשערנאביל פון ארה"ק, בארא פארק און אשדוד, קרעטשניף, ראחמיסטריווקא לעיקוואד, בוהוש, קאלוב, און נאך פיל.

תגובות


bottom of page