top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

יהדות ניו יארק גרייט זיך לקבל פני הקודש פון האד' מבוהוש אויף א ביקור מרומם פון דריי וואכן לטובת אויפבוי פון בנין המוסדות

  • sfbechatzros
  • לפני 8 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פ' וירא • י''ב חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

דאס יהדות החרדית אין ניו יארק ערהאלט מיט פרייד די בשורה טובה ומרנינה, אז הנה צדיק בא לעיר, זיך גרייטנדיג מקבל צו זיין דעם אורח הדגול כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א, וואס וועט קומען צו פארן מהיכל קדשו אין בני ברק אויף א לענגערע מסע הקודש פון עטליכע וואכן קיין ניו יארק לטובת מוסדותיו הקדושים, ובפרט מיטן יעצטיגן מולטי-מיליאן דאללערדיגע אויפבוי פון א פרעכטיגע בנין הישיבה פאר די הייליגע בוהושער מוסדות על טהרת הקודש.


טראץ דעם וואס דעם רבינ'ס א באזוך אין ניו יארק איז נישט קיין זעלטענע ערשיינונג, דאך טראגט דער יעצטיגער באזוך א באזונדערע חשיבות נאכדעם וואס דער רבי שליט"א האט שוין עטליכע יאהר נישט באזוכט אין ניו יארק און גרייט זיך אצינד צו וויילן אין אמעריקא אויף א לענגערע וויילע פון גאנצע דריי וואכן, דערביי אויסצונוצן די צייט ארומצוגיין על פתחי נדיבים אויפצוטרייבן ריזיגע סומעס פאר די יעצטיגע פראיעקט ביים בנין המוסדות אין בני ברק וואו עס ווערט ארויפגעבויעט "דריי פרישע שטאק" וואס וועט דינען אלס פערמאנענטע אכסניא של תורה פאר די בוהושע ישיבה גדולה, צו לינדערן די לחץ זו הדחק מיט וואס מען האט זיך געמוטשעט די לעצטערע יארן ביני עמודי דגירסא.


דער רבי שליט"א גרייט זיך לחונן את פני ניו יארק אינמיטן די וואך פון פרשת חיי שרה, און וועט וויילן אין ניו יארק פאר גאנצע דריי וואכן, דער רבי וועט אנקומען צו אלע חרדי'שע געגענטער, אריינגערעכנט וויליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי, קרית יואל, און לעיקוואוד, ווי עס וועלן פארקומען א רייע רייכע מסיבות און באנקעטן דורך נדיבים בעם אויפצוטרייבן מיליאנען דאללארן פאר די ישיבה פראיעקט וואס איז אצינד משאת נפשו פונעם רבי'ן, און מיט דעם פארגרינגערן דעם שווערע עול וואס די רבי טראגט מיט זיך מדי יום ביום צו דעקן די אומגעהויערע הוצאות פון די מוסדות וואס פירן זיך ריין און לויטער, בדרך ישראל סבא, על טהרת הקודש, נאכדעם וואס דער רבי שליט"א האט מיט העכער פופצן יאר צוריק מקדש שם שמים געווען און זיך גענצליך אפגעשאקלט משולחן האיזבל פון די מדינה הציונות.


צו דעם געלעגנהייט בזמן שהצדיק בעיר, וועט מען האבן די זכי' מיטצוהאלטן דעם רבינ'ס הייליגע עבודה סיי בימות החול ופרט ביומא דשבתא, ווען דער רבי שליט"א וועט אפרעכטן די אלע שבתים מחוץ לעיר, מיט א געלעגנהייט פאר חסידים ומעריצים מיטצוהאלטן די לעכטיגע שבתים וואס איז באקאנט לכל דורש ומבקש, די פלאמעדיגע עבודת הקודש ברשפי אש קודש וואס דער רבי שליט"א לייגט אריין אין א שבת, סיי ביי די געהויבענע תפלות און ביי די עריכת השולחנות, אשר יום קדוש הוא מבואו ועד צאתו.


מער פרטים פונעם געהויבע לענגערע מסע הקודש וועט נאכפאלגן.


ree
ree

תגובות


bottom of page