top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

צוזאמענפאר פון רבנים, נגידים און עסקנים ביי שמחת החתונה במעונו פון המשפיע הגה"צ רבי יהודה דייטש שליט"א

לפני 10 שעות
זמן קריאה 2 דקות

מיטוואך פרשת לך לך • י' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

אין א שמחה'דיגע שטימונג האבן זיך פילע אוהדים ומעריצים באטייליגט פאריגע וואך ביי די שמחה בבית צדיקים, די שמחת הנישואין פונעם חתן א זון פון המשפיע הגה"צ רבי יהודה דייטש שליט"א, זון פון הגה"צ גאב"ד רמת שלמה שליט"א און איידעם פון הגה"צ גאב"ד קרית צאנז ירושלים שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"צ רבי ישראל יצחק סאפרין שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר מקאמארנא בית שמש שליט"א און איידעם פון כ"ק אדמו"ר מאשלג זצ"ל, די שמחה איז פארגעקומען אין די כינור דוד זאל אין בית שמש במקהלות עם רב.


דורכאויס די סעודת החתונה און די ריקודין האבן פילע אידן געשטראמט אפצוגעבן ברכת מזל טוב פאר די מחותנים ובפרט פארן אבי החתן די חשובע משפיע. בראש המסובים האט זיך אנגעזען דער פעטער כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א. אזוי אויך האבן זיך באטייליגט האדמורי"ם מראחמסטריווקא, לעלוב, סקולען ירושלים, זוועהיל, הגאון רבי אליעזר יהודה פינקל ראש ישיבת מיר, הגאון רבי בנימין פינקל משגיח ישיבת מיר, גאב"ד קרית הרמ"א, ראש ישיבת סלונים, ראש ישיבת חיי משה, הגאון הגדול רבי נתן קופשיץ רב שכונת נחלה ומנוחה, הגאון הגדול רבי שמואל בראנדסדארפער חבר בד"ץ העדה החרדית; און די מקובלים ומשפיעים מפורסמים: הגאונים הצדיקים רבי אביש צעהנווירט, רבי בניהו שמואלי, רבי אלימלך בידערמאן, רבי יצחק משה ארלאנגער, רבי צבי מאיר זילבערבערג, רבי גמליאל ראבינאוויטש, רבי ניסן דוד קיוואק, רבי אהרן טויסיג, רבי מנשה ישראל רייזמאן, און נאך פיל.


א אינטערעסאנטע עפיזאד איז געווען בשעת די ריקודין ווען מען האט געזונגען דעם באקאנטן ניגון "בשלטון הכופרים", ווען דער משפיע איז געטאנצן א פייערדיגע ריקוד מיט תלמידו הר"ר בנימין ראטה שליט"א, וואס איז אן איידעם פונעם ראש ממשלת הכופרים נתניהו, מיט זיינע קינדערלעך – וואס זענען חרדים לדבר ה' און ווערן אויפגעצויגן אין מוסדות על טהרת הקודש.


נאכן בענטשן איז געשאפו געווארן א ספעציעלע ריקוד דורך די גבאי צדקה וואס זענען געקומען צופארן פון אמעריקא צו די שמחה, ובראשם הרה"ח ר' יואל ישראל זופניק יושב ראש טובה וברכה, הרה"ח ר' זעליג מענדלאוויטש יושב ראש חסדי יעקב, הרה"ח ר' יעקב מרדכי סטראלאוויטש יושב ראש שמחת חיים אין לעיקוואד, הרה"צ ר' אהרן דוד הורוויץ שליט''א האדמו"ר מזאבליטוב פון קרית יואל, צוזאמען מיט צענדליגער גבאי צדקה און עסקנים פון איבער גאנץ ארץ ישראל וואס זענען געקומען אפגעבן מזל טוב פאר'ן משפיע שליט''א וואס איז נושא בעול פון פילע צדקות, שאפנדיג שווערע מיליאנען פאר צדקה וחסד.


נאך די מצוה טאנץ פון די זיידעס משני הצדדים האט דער אבי החתן המשפיע שליט''א צוגעטרעטן צום מצווה טאנץ, איידער די ריקודין האט אויפגעטרעטן מיט פייערדיגע דברי התעוררות המשפיע המפורסם הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב. דערנאך האט דער משפיע הגה"צ רבי יהודה שליט"א משמיע געווען קורצע דיבורים כהכנה דרבה, און אפגעראכטן די ריקודין לפני הכלה מיט א זעלטענע התלהבות ארומגענומען מיט תלמידים, מעריצים און אוהדים פון אומעטום.


באזונדער איז דער משפיע געטאנצן מיט די געסט מעבר לים, ובראשם הנגידים הרב בנימין פיליפסאן פון מיאמי, הרב נחום זלמן רוקח פון לעיקוואד, הרב שמואל הורוויץ פון מאנסי, הרב אברהם בנימין קרויס פון קרית יואל, הרב שלום יצחק יאקאבאוויטש פון וויליאמסבורג, הרב יעקב מרדכי יאזשעף פון וויליאמסבורג, הרב שלמה יצחק ווערטהיימער פון בארא פארק, הרב מאיר הערש שפיטצער פון פלעטבוש, הרב יואל טירנויער פון וויליאמסבורג און נאך.



תגובות


bottom of page