top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

  • לפני שעה (1)
  • זמן קריאה 7 דקות

דאנערשטאג פ' ויקרא • כ''ג אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש

דער מגיד מישרים הרה"ג ר' מנשה ישראל רייזמאן שליט"א איז מסביר פארוואס זיין רבי הגה"צ ר' איטשע מאיר מארגענשטערן שליט"א האדמו"ר מתורת חכם האט א נאמען געגעבן זיין ביהמ"ד "תורת חכם".


המשפיע הגה"צ רבי בנימין אייזענבערגער שליט"א אבד"ק היכל התפלה ביים הייבן דעם ציבור אין פייערדיגע ריקודין ביי די חתונה די וואך פון בנו החתן.


די היכל השולחנות בחצר הקודש וויזניץ אין בני ברק גענצליך צענימען זיך גרייטנדיג אין די נאנטע תקופה ארויסצובויען דעם ביהמ"ד הגדול בית וויזניץ.


שיין בילד פון האחים האדמור"ים שליט"א לבית סקולען ביים פארברענגען אינאיינעם ביים שמחת החתונה די וואך בבית הגה"צ ר' מאיר דוד סעקולא שליט"א אבד"ק כליל תפארת סקולען בארא פארק.


הגאון רבי שלום בער סורוצקין שליט״א ראש ישיבת עטרת שלמה אין ארץ ישראל באזוכט די מפואר הויפטקווארטיר אין וויליאמסבורג לקראת יום טוב פסח הבעל"ט.


האדמו"ר מסטיטשין באזוכט די וואך ביי הרה"ח הישיש ר' אליש ענגלענגער הי"ו אין לאנדאן וואס האט נאך געהאט די זכי' צו זען דעם רבינס עלטער זיידע הרה"ק רבי איציקל סטיטשינער זי"ע אינדערהיים אין גאליציע.


דער ספעציעלער אמעריקאנער שליח צו באקעמפן אנטיסעמיטיזם אמבאסאדאר ר׳ יהודה קאפלאן אויף א זיצונג מיט הגה"צ גאב"ד אנטווערפען שליט"א אינאיינעם מיט די הנהלת הקהלה מחזיקי הדת אין שטאט אנטווערפען, צו דיסקוסירן די שטארקע אויפשטייג פון אנטיסעמיטיזם אין בעלגיע.


הרה"צ רבי יעקב יוסף טווערסקי שליט"א בן האדמו"ר מסקווירא באזוכט ביי האדמו"ר מצאנז קלויזענבורג איינצולאדענען צו די חתונה פון בנו החתן.


די ברידער האדמור"ים מסערדאהעלי און וויען פארברענען אינאיינעם בשבת אחים גם יחד ביים שמחת החתונה די וואך בחצה"ק וויען.


דער אלעמען באקאנטער מקורב בחצרות האדמור"ים הרב בנציון באדנער הי"ו ווערט געזעהן וואונטשן מזל טוב פאר האדמו"ר מדזיקוב וויזניץ בארא פארק נאכן שמחת הפארשפיל פון בנו החתן.


האדמו"ר מוויזניץ בית שמש ביים באטראכטן דעם רייכל אויסוואל פון בעקיטשעס נאכן קביעת מזוזה די וואך אין די נייע בראדוועי קליידונג געשעפט אין בית שמש.


האד' מבאבוב אין א ריקוד מיט הרה"ח הישיש ר' משה מאיר איינהארן ע"ה גבאי נאמן דקהל שערי ציון ד'באבוב וואס איז נפטר געווארן די וואך, ביים שמחת החתנוה פון הרה"צ ר' יחזקאל ליפשיץ שליט"א דומ"ץ באבוב לינדען חודש סיון שנת תשס"ז.


הגה"צ גאב"ד אנטווערפן שליט"א איז מפקח אויף די שחיטה מהודרת פון קהל מחזיקי הדת אין שטאט מאנטשעסטער צוליב די גזירת השחיטה אין בעלגיע וואס פארבאט צו שחט׳ן כשר פלייש אין לאנד.


חסידי ראחמיסטריווקא און די תלמידי ישיבת מאור עינים באטראכטן א טייל פון א ריזיגן מיסיל וואס איז געפאלן אויף די גבעת משה גאס אין ירושלים נישט ווייט פון ביהמ"ד הגדול ראחמיסטריווקא, בחסדי השי"ת איז קיינער נישט געשעדיגט געווארן.


מכתב תודה ארויסגעשטעלט דורך מוסדות תולדות אברהם יצחק לכבודו פון האדמו"ר מקארלין סטאלין און די עסקנים דגולים פון ק"ק קארלין סטאלין פארן צושטעלן דאס ביהמ"ד הגדול אלס אכסניא של שמחה פאר די חתונה בחצר תולדות אברהם יצחק.


הנגיד ר' שמואל הלפרין בקודש פנימה ביי האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק מיט די נייע דף היומי משניות וואס ער האט ערפינדען, און איז היינט שטארק צושפרייט אין כלל ישראל.


האדמו"ר מוויזניץ לאנדאן וועלכער האט געוויילט אויף שבת אין ליזענסק, ווערט געזען ערב שבת גייענדיג צום דאווענען, ווען אינעם הינטערגרונט זעט זיך אן דער ציון הק' פונעם הייליגן רבי'ן ר' אלימלך זי"ע.


תלמידי ישיבת אהבת ישראל וויזניץ פון מאנסי שטעלן זיך צום פארהער אויף די לימודי החורף ביי גאב"ד וואודריטש במעונו אין וואודריטש.


האדמו"ר מצאנז ביים אנוואונטשן דער חתן הבר מצוה זון פון העסקן ר' שלמה חדד מיטגליט אין די בני ברק'ע שטאטראט און דער לויער וועלכער פארטרעט די אסירי ציון, לומדי תורה וועלכע ווערן ארעסטירט פארן איינציגן חטא פארן זיך נישט שטעלן צום מיליטער.


האדמו"ר מספינקא אנטווערפען איז מנחם אבל ביי משפ' ליפשיץ שיחי' נאך די פטירה פון ידידו ורעו הרה"ח ר' אליעזר ליפשיץ הי"ו.


האדמו"ר מביאלא בני ברק ווערט באמערקט זאלצנדיג די פיש אלס הכנה לכבוד שבת קודש, וויילנדיג אויף שבת אין שטאט פשיסחא בעת א נסיעה צו די מקומות הקדושים לרגל כ"א אדר.


הנגיד ר' בערי ווייס הי"ו פטרון כולל דברי אש אין בארא פארק טרעט אויף ביים גייסטרייכן שבע ברכות צוגעשטעלט דורך די כולל לכבוד די חתונה בחצרות סקווירא - וויזניץ.


ביים שמחת החתונה פונעם פאטאגראפירער בחצרות הקודש החתן צבי בלום אין דער שטאט לעיקוואד, ווערן געזעהן די גדולי ראשי הישיבות הגאון רבי מלכיאל קאטלער, הגאון רבי ישראל ניומאן שליט"א ראשי ישיבת ביהמ"ד גבוה און האדמו"ר מסקולען לעיקוואד.


ברכת הקודש פון האדמו"ר מסקווירא נאכן שמחת השבע ברכות ביים נעילת ימי השמחה בחצרות סקווירא - וויזניץ.


שארפע מכתב קודש פון האדמו"ר מבעלזא איבער די איסור חמור פאר בחורים זיך צו באנוצן מיט סיי וועלכע טעלעפאן וואס פארמאגט "טעקסט" מעסעדזשעס.


גדול השלום: הרב שמחה קרקובסקי משב"ק אדמור"י בית לעלוב וואונטשט דער משפיע הרה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב ביים שמחת התנאים די וואך אין ביהמ"ד הגדול לעלוב אין בני ברק.


האדמו"ר מסאטמאר באזוכט אין דעם נייעם "פלאהר היימישע וויין און מאסט" לאקאציע אין קרית יואל, אונטער די אייגנטומערשאפט פין דעם געטרייען משב"ק הרה"ח ר' חיים אהרן פלאהר הי"ו.


בקשה פונעם נדבן הספר תורה בחצר הקודש פשעווארסק, נישט ארויסצונעמען קיין כלים אשר אין רוח חכמים נוחה הימנו.


הגה"צ רבי חיים דוד כץ דומ"ץ סאטמאר בארא פארק אין א שמועס מיט הרה"ח ר' בערל לעפקאוויטש הי"ו מראשי הנהלת מוסדות אטמאר בארא פארק ביים מעמד קנין זכות די וואך בבית הרה"ח ר' משה פריעדמאן הי"ו משב"ק אדמור"י בית סאטמאר.


דער גאון רבי שלמה יהודה בארי שליט"א באקאנט אלס דער ינוקא איז מתפלל ביים שריד בית מקדשינו – דעם כותל המערבי, וועלכער איז נאך פארשלאסן פאר מתפללים צוליב די אנגעצויגענע זיכערהייט צושטאנד אין ארץ ישראל.


הגה"צ אבד"ק מכלל יופי וחבר ביד"צ דקיט"ל שליט"א ווערט באמערקט זיך באגריסן מיט הגה"צ אבד"ק לימינוב שליט"א נעבן דעם ציון פונעם הייליגן רבי'ן רבי אלימלך זי"ע, זייענדיג ארומגענומען מיט מקורביו ושומעי לקחו.


האדמו"ר ממעזיבוז לאנדעט אויף א בליץ באזוך אין ניו יארק צו באשיינען ביים שמחת הבר מצווה לבן מקורבו הנגיד ר' יחיאל שטערנבוך הי"ו. צוליב די שווערע טרעפיק האט דער רבי געמאכט דעם וועג אריין אין שטאט פונעם לופטפעלד מיט א העליקאפטער.


האדמ"ר מסאטמאר איז מעיין אין היסטארישע כתבי ידות מאוצרו הטוב פונעם איש אמונו הרה"ח ר' משה פריעדמאן הי"ו משב"ק אדמור"י בית סאטמאר ביים באזוך די וואך במעונו.


צווישן די פילע משתטחים ביים ציון הק' אין ליזענסק מערקט "קרישקעס" דער געוועזענער מעיאר פון שטאט אלעד העסקן הרב ישראל פרוש הי"ו וועלכער האט זיך ארויסגעשווערצט פון ארץ ישראל און געמאכט די לאנגע רייזע אנצוקומען צום יארצייט פונעם הייליגן רב'ן ר' אלימלך זי''ע.


אחים רעים אהובים: האחים המשפיעים לבית לעלוב ביים שמחת התנאים די וואך פון החתן זון פון המשפיע הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב אין בני ברק.


פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך ביים אפשרייבן א תשובה להלכה צו הרבני הנגיד בנש"ק ר' נחום זלמן רוקח הי"ו פון לעיקוואד בנוגע זאגן די ברכה פון שהחיינו פאר א נייעם הויז, לרגל די חנוכת הבית פון זיין נייעם שטוב אין לעיקוואד.


הרה"צ רבי ברוך האגער שליט"א בנו הגדול פון האדמו"ר מסערט וויזניץ אין א ריקוד מיט הרה"ח ר' אהרן ברוך לעבאוויטש הי"ו מחשובי חסידי סערט וויזניץ און רעדאקטאר פון די "הציבור החרדי" אויסגאבע ביי די חתונה די וואך פון א קינד.


זעלטענע שמירת עיניים דורך איינער פון די משתתפי הנסיעה פון האדמו"ר מוויזניץ לאנדאן אינעם לופטפעלד אונטערוועגנס צו די קברי אבות אין פולין.


האדמו"ר מסקולען מאנסי ביים עלייה לציון הק' פון מר אביו הרה"ק מסקולען זי"ע אויפן וויזניצער בית החיים אין מאנסי, דעם זונטאג למחרת ההילולא קדישא.


האדמו"ר מבעלזא ביים הנחת תפילין פון הבחור הבר מצוה זון פון הגה"צ אבד"ק חאנטשין מאנסי שליט"א זייענדיג אן אויסנאם נאך וואס דער בעלזער רב האט א צייט צוריק איבערגעגעבן די תפילין לייגן'ס פאר בנו הרה"צ רבי אהרן מרדכי שליט"א, מחמת חולשתו.


האדמו"ר מתולדות צבי ד'ספינקא אין א באגעגעניש מיטן בארימטן מקובל הגאון רבי שמעון גלאי שליט"א פון ארץ ישראל ביי א שמחה די וואך.


הגאון רבי דוד שוסטל שליט"א מראשי ישיבת ביהמ"ד גבוה דלעיקוואד ביי א שבע ברכות במעונו פון האד' מאמשינאוו ארה"ב פארגעקומען אין לעיקוואד.


אינגעלייט און בחורים באלאגערן דעם אהל הק' אין קרית קאשוי בעת די קבורה די וואך פון הגה"צ גאב"ד קרית קאשוי זצ"ל.


האדמו"ר מסקאליע אין א באגעגעניש מיטן בעל מנגן ר' מרדכי בן דוד ווערדיגער הי"ו ביי א משפחה שמחה די וואך.


הרב שמעון בוקשפאן נכדו ונאמן ביתו פונעם פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, ביים אפנעמען א נייע מהודר'דיגע טלית וואס מפואר האט געשיקט אלס א דורון לתלמיד חכם צום רב שליט"א לכבוד יום טוב.


כלל ישראל'ס שר הפודה, הרה"ח ר' משה מארגארעטן הי"ו פון צדק איז מקבל ברכת קדשו פון האדמו"ר מבאבוב 45 בעידן חדותא ביים חתונה הגדולה בחצר הקודש באבוב 45 פאריגע וואך.


דער פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א ערהאלט דעם נייעם ספר אויפן הייליגן ריבניצער רבי'ן ארויסגעגעבן דורך די ארטסקראל פובליקאציע, די ספר ווערט איבערגעגעבן פארן רב דורכן חרדישן דזשורנאליסט ר' שלמה קוק און דער בארימטער עסקן הרב הלל כהן הי"ו.


הרבני הנגיד ר' יואל לאנדאו הי"ו מערקט "קרישקעס" אינעם הכנסת אורחים אשל אברהם אין קראקא, זייענדיג עוסק בתורתו פונעם בעל ההילולא הרה"ק בעל תפארת שלמה זי"ע איידערן ארויספארן צום ציון הק' אין ראדאמסק.


פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך ביים מאלן ווייץ לקראת חג הפסח, מיט א ספעציעלער האנט מיל במעון תורתו אין ירושלים.


האדמו"ר מוויזניץ לאנדאן ווערט אויפגענומען דורך הרה"ח ר' אברהם זולדאן הי"ו אינעם הכנסת אורחים אשל אברהם אין קראקא אונטער זיין פירערשאפט.


נייע ניגון ארויסגעגעבן דורך די בעלזער בעל מנגן ר' ישעי' לעבראן הי"ו לקראת דעם היסטארישן שבת היכלא דמלכא בראשות האדמו"ר מבעלזא פאר תומכי מרכז מוסדות בעלזא בגלילות ירושלים דעם קומענדיגן שבת אח"ק הבעל"ט.


א לאנגע רייע חסידים ואנשי מעשה שטייען אין די שורה אין קענעדי לופטפעלד אויפ'ן וועג צום יארצייט פונעם הייליגן תפארת שלמה זי"ע, די נסיעה איז צוגעשטעלט געווארן פאר א גאר צוגענגליכן פרייז פאר אלע מתפללי ולומדי "מרכז אור חיים" און פאר לומדי חבורת ספה"ק תפארת שלמה.


"קרישקעס" באמערקט דער משפיע הרה"ג רבי שמעון שפיצער שליט"א נאך תפילת שחרית דעם ערב שבת אין ביהמ"ד הגדול סאטמאר אין קרית יואל, אויפ'ן וועג ארויף צו די קעטסקילס בערג וואו דער משפיע האט געפראוועט א שבת התאחדות מיט שומעי לקחו.


סולם מוצב ארצה: א איד גיט זיך אן עצה מיטצוהאלטן דעם פרייליכן טיש שושן פורים בחצר הקודש סאטמאר אין וויליאמסבורג, טרעפנדיג א גוט פלאץ הויך אויף א לייטער...


פראדוקטיווע זיצונג אינעם אפיס פון הרבני הנגיד ר' ליפא פריעדמאן הי"ו, מיט פארשטייער פון די הנהלת מוסדות סאטמאר און הנהלת הקהילה אין בארא פארק, להטות שכם אחד מיט איין ציל להרחיב גבולי הקדושה ולהגדיל תורה ולהאדירה.


האדמו"ר ממעזיבוז ביי די עבודת הקודש פון אפיית מצות שטייענדיג שוין סמוך ונראה צום יום טוב פסח.


המקובל הרה"ג ר' משה חיים שטיינבערג שליט"א טרעט אויף ביים סעודת הילולא פון רבו הרה"ק בעל מאור ישראל מסקולען זצ"ל, בחצר הקודש סקולען וויליאמסבורג.


האדמו"ר מגארליץ מערקט "קרישקעס" ביים מעיין זיין אין נייע ספרים אין אייכלער'ס ספרים געשעפט אין בארא פארק.


רועה נאמן: שיין בילד פון האדמו"ר מסאסוב ביים לערנען בחברותא מיט א ספרדיש אינגל פון קרית ישמח משה, וואס האט זיך געפונען אינדערהיים נאכדעם וואס מערסטס חדרים אין ארץ ישראל זענען פארשלאסן צוליב די אנגייענדע מלחמה.


ביים רייניגן די לוסטערס אינעם ביהמ"ד הגדול אין קרית בעלזא לקראת חג הפסח הממשמש ובא.


די ניו יארק סיטי פאליציי ריטשי טעילאר באטייליגט זיך ביים שמחת החתונה די וואך בחצר הקודש וויען.


באגריסונג פונעם קאווע שטוב אין בנין ביהמ"ד הגדול אין קרית בעלזא לכבוד עדת חסידי באיאן וועלכער האבן נעכטן מיטגעהאלטן די גרויסער באיאנער חתונה אינעם גרויסן שטוב בתוככי בנין ביהמ"ד הגדול.


הגה"צ רבי בעריש רובין שליט״א מדאמבראווא מנהל כולל חבת ירושלים אין אמעריקא ביים זיך געזעגנען פון האדמו״ר מסטיטשין איידערן ארויספארן קיין אנטווערפען צו באשיינען די דינער לטובת הכולל אין שטאט.


דער לעגענדארע משב"ק בחצר הקודש סקולען הרב מרדכי שמואל קאהן הי"ו טרעט אויף ביים סעודת הילולא דעם מוצאי שבת בחצר הקודש ישועת יעקב סקולען.


האדמו"ר מתולדות צבי ד'ספינקא באגריסט דעם תומך ומחזיק תורה הרבני הנגיד ר' מאיר פישל הי"ו ביי א מאורע די וואך.


תגובות


bottom of page